מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
תושבי וחסידי טאהש באגריסן מיט פרייד די ברייטפארצווייגטע גאסן איבערבוי פראיעקט אין קרית טאהש לשמחת לב תושבי וחסידי טאהש. די ראוד'ס ווערן אצינד אינגאנצן איבערגעמאכט און פארברייטערט פאר די באקוועמליכקייט פון די תושבי קרית טאהש און די פילצאליגע מבקרים בהיכל ה' דורכאויס די יאר.
די בוי ארבעט איז א קאמפליצירטע און שווערע אינטערנעמונג נעמענדיג אין באטראכט אז די שטעטעל ווירבעלט יעדן טאג מיט הונדערטער תושבים וואס קומען און גייען זיך באניצענדיג מיט די ראוד'ס דעריבער האט מען ספעציעל געדארפט אויסארבעטן אז די בוי ארבעט זאל נישט שטערן די טאג טעגליכע ווירטשאפט אין שטעטל.
אינאיינעם מיטן איבערמאכן די ראוד'ס אין שטעטל וועט מען צולייגן נייע ברייטע סייד וואלק'ס און לעקטער'ס וואס וועט פיל פארגרינגערן פאר די תושבים, ובפרט אין די ביינאכט שעות ווען עס פלעגט זיין גאר שווער צו גיין אויף די טונקעלע ראוד'ס און גאסן. פארגאנגענעם וואך האט מען שוין נאך די שווערע ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אפגעשניטן די נאנטע ביימער צום ראוד פון ביידע זייטן פון רחוב בית הלוי, ווי עס וועלן בעז"ה פאלאצירט ווערן די נייע סייד וואלק'ס און לעקטער'ס לטובת תושבי הקרי'.
די קומענדיגע שטאפלען פון די בוי ארבעט אויפצוגראבן די ראוד, וועט מען בעז"ה צוטיילן אין 5 חלקים, כדי נישט צו בלאקירן די גאנצע שטעטל אויף איין מאל, מען וועט אנהייבן מיט די ערשטע גאס פון די שאפינג סענטער ביז נאך די ביהמ"ד אברכים, און דערנאך די צווייטע חלק וואס וועט גיין ביז נאכן הצלה גאראדזש, און דערנאך די דריטע חלק ביים רחבת בניני מוסדות הקדושים דק"ק טאהש, די פערטע חלק די גאס נאנט צו ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, ביז די וועג ארויף צום ביהמ"ד הגדול, און דערנאך די פיפטע חלק די הייזער אונטערן ביהמ"ד הגדול.
אזוי ווי יעדע גוטע זאך וואס קומט אן שווער, האט זיך אביסל אפגעשטופט די צייט ווען מען וועט קענען אנהייבן מיט די ארבעט ביים ערשטע חלק בית הלוי גאס, צוליב וואס עס האט זיך פארשלעפט די ליפערונג פון די נויטיגע צוגעהערן צו קענען אנהייבן מיט די פארצווייגטע ארבעט, און מען האפט בעז"ה אנצוהייבן מיט די ארבעט אין די קומענדיגע 2 וואכן.
Comments