מאנטאג וזאת הברכה א' • ה' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
א העכסט היסטארישע באזוך איז היינט נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן דורכ'ן געוועזענעם אמעריקאנעם פרעזידענט און איצטיגער פרעזידענט קאנדידאט טראמפ ביים אהל הק' פון אדמור"י ליובאוויטש אין קווינס, וואו דער גאנץ מעגליכער קומענדיגער העכסטער פיגור אין אמעריקע האט אפגעראכטן א געבעט פאר די מזל און הצלחה פון זיין קאמפיין.
דער באזוך איז ספעציעל באשטימט געווארן אויפ'ן היינטיגן טאג, למספרם אקטאובער 7, ווען עס איז געווארן אפגעצייכנט די ערשטע יאר-טאג פון די בלוטיגע מאסן-שחיטה אין ארץ ישראל, פאריאר שמחת תורה, און דער פרעזידענט קאנדידאט טראמפ וואס איז באקאנט אלס אידן-פריינט, האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו קומען צייגן סאלידאריטעט און מיטגעפיל מיט'ן אידישן פאלק און בעטן פאר זייער פרידן און וואוילזיין.
דער באזוך האט אריגינעל געזאלט אפגעהאלטן ווערן אינעם ליבאוויטשער הויפטקווארטיר זעלבסט, אויף 770 איסטערן פארקוועי, אבער צוליב די יעצטיגע פארנומענע טעג פון עשרת ימי תשובה ווען דער ביהמ"ד ווירבלט מיט פילע געסט חסידי חב"ד פון איבער די וועלט, איז נישט מעגליך געווען צו איינשטעלן די ספעציעלע זיכערהייט מאסנאמען וואס אזא באזוך נעמט אריין, איז אנשטאט באשטימט געווארן דער באזוך אפגעהאלטן צו ווערן ביים ציון הק' אין קווינס.
דער פרעזידענט קאנדידאט טראמפ איז אנגעקומען צום בית עלמין אין קווינס ארום 2 אזייגער נאכמיטאג, ווען שעות פריער זענען שוין אנוועזנד געווען אויפ'ן ארט מחנות פון די סיקרעט סערוויס אגענטן וואס האבן באריקאדירט דעם פלאץ און דאס צוגעגרייט מיט די פילע זיכערהייט אקטיוויטעטן. אנקומענדיג צום ציון המציונת איז טראמפ אפגעווארט געווארן דורך אן עהרנפולע דעלעגאציע פון ראשי עסקנים אין חב"ד, צווישן זיי הרב אבא רעסקין מנהל האהל ובית החיים פון חב"ד, הרב לוי שם טוב מנהל ארגון ידידי ליבאוויטש ובנו הרב מנחם מנהל חב"ד דזשארדזש טאון אוניווערזיטעט, העסקן הרה"ח ר' דוד כץ הי"ו און נאך.
אריינקומענדיג אין אהל האט שוין אפגעווארט דער זקן ונשוא פנים הרבני הישיש ר' יהודה קרינסקי יו"ר מרכז עניני חינוך ליובאוויטש, לעצט פארבליבענער מזכיר ביי הרה"ק מליבאוויטש זי"ע, וועלכער האט אראפגעשילדערט פאר טראמפ די הייליגקייט פונעם מקום, און וויפיל טויזנטער אידן באזוכן דא כסדר און זעען אפענע ישועות, און ער האט ערקלערט דעם צוגאנג ווי אזוי מ'טוט אפשרייבן די פערזענליכע בקשות און דאס אראפלייגן ביים ציון.
נאכ'ן פארברענגען ארום צוואנציג מינוט, אפרעכטנדיג א געבעט, געשריבן א קוויטל און געצינדן ליכט, איז דער פרעזידענט קאנדידאט ארויסבאגלייט פון בית החיים, ווערנדיג אפגעווארט און הילכיג באגריסט דורך א ריזיגער ציבור ליובאוויטשער חסידים וואס האבן חולק געווען כבוד למלכות מיט פלאקאטן וואס האט ארויסגערופן א באגריסנדע אקט פון קידוש ה', און טראמפ האט דערביי פארשפראכן צו שטיין צו די האנט פון די אידישע געמיינדע בכלליות, און בפרט פון חסידי חב"ד איבער די וועלט.
コメント