top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הנישואין פון חתן כלה אייניקלעך פון האד' מבית יצחק ספינקא אין אייניקל פון האד' ממשכנות הרועים

דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן דעם דאנערשטאג נאכט מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע שמחה בבית צדיקים, שמחת החתונה פון חתן וכלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שליט"א פון בני ברק, און די כלה א אייניקל פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער האט זיך מטריח געווען בטלטולא דאורחא ובטירחא דגברא רבא צו קומען קיין ניו יארק מהתם להכא, צו באשיינען בראש שמחתו הגדולה און מאציל זיין מהודו והדרו אויף די יהדות הנאמנה בערי הגולה.


די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן אין די פראכטפולע קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א שיינע בימת הכבוד לכבוד די גרויסע זיידעס כ"ק האדמורי"ם שליט"א און די בני משפחת המלוכה, די חשובע פעטער'ס און אדמורי"ם ורבנים קרובי השמחה.


ביי די מעמד קבלת פנים איז מכובד געווארן דער פעטער פון כלה הגה"צ אב"ד מאדא איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים צו ליינען די תנאים. ביי די מעמד החופה איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה דער עלטער פעטער פון חתן כלה כ"ק אדמו"ר מראזלא ביתר, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מזידטשויב, און ברכה אחריתא דער דאפלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא. נאכן חופה האט זיך פארמירט א מחול לצדיקים, און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן מזל טוב בשמחה ובצהלה.


דערנאך האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א אנגעוואונטשן דעם ציבור הנאספים, און אדרעסירט די שווערע מלחמה צושטאנד בארצינו הקדושה. דערנאך האבן די זיידעס כ"ק האדמורי"ם מספינקא און זידטשויב שליט"א געוואונטשן דעם ציבור ברכות לרוב.


דורכאויס די שמחת החתונה האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי די פעטער'ס כ"ק האדמורי"ם מספינקא קראלי, און ראזלא ביתר, האדמורי"ם מוויזניץ פון בארא פארק, וויען, טשערנאוויץ, קיוויאשד, קארלסבורג, טעמעשוואר, גאב"ד אשוי, און נאך רבנים ודיינים ומרביצי תורה.


בדחנא דמלכא ר' משה יהושע ווייס האט געגראמט און אויסגערופן די זיידעס כ"ק האדמורי"ם צו די מצוה טאנץ, צוערשט דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, דערנאך דער דאפלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא, דערנאך דער זיידע כ"ק אדמו"ר מזידטשויב, און דערנאך די מחותנים קרובי המשפחה און חתן וכלה.


דעם שבת קודש האבן הונדערטער אידן תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע שבת של שמחה שבת שבע ברכות וואס איז געפראוועט געווארן אין ספינקא בית המדרש אין וויליאמסבורג, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס כ"ק האדמורי"ם שליט"א, די דריי זיידעס האבן אינאיינעם אפגעראכטן די שולחן הטהור ליל שבת קודש, וואו הונדערטער חסידים האבן געשטראמט דורכאויס לאנגע שעות צו כאפן א בליק ולחזות בצילא דמהימנותא עילאה. דער ספינקא רבי האט מכבד געווען מחותנו דער געהויבענער גאסט פון ארץ ישראל כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א פארצוזאגן די זמירות שלום עליכם ביז קידוש, צוערשט האט כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים געמאכט קידוש, דערנאך כ"ק אדמו"ר מספינקא, און דערנאך כ"ק אדמו"ר מזידטשויב. ביים סוף טיש האבן זיך די רבי'ס אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די גרויסע שמחה. ביי שלש סעודות האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה, און משמיע געווען דעם דבר השם מירושלים איבער די יעצטיגע שווערע מצב בארצינו הקדושה.






































Comments


bottom of page