top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסע חתונה ושבעת ימי המשתה בחצרות תולדות צבי ספינקא - דעעש - נחלת אהרן

דינסטאג פ' בא • ו' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גרויסער עולם האט דעם פארגאנגענאם דאנערשטאג מיטגעהאלטן די שמחת נישואין וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א בן לבנו הרה''צ רבי משה יעקב הורוויץ חתן כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט''א מיט הכלה ב"ק טאכטער פון הגה''צ ר' גדלי' משה פאנעט ראש ישיבה נתיבות התלמוד, זון פון כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, אין אן איידעם ביי הרה"צ יוסף מנחם פאזנער.


דאנערשטאג אינדערפרי ראש חודש שבט האט דער ספינקא רבי שליט"א געדאווענט כמנהגו וותיקין. דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם סעודת ראש חודש כנהוג. דורכן טאג איז געווען א געלעגענהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך ביום החופה.


נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק צום שטוב פון בנו הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א רב דקהל תולדות צבי ספינקא אין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט געבענטשט דעם חתן שליט"א און מאריך געווען מיט דברי כיבושין מיט גרויס התעוררות און מעורר געווען זכות אבות. נאך מנחה איז געוועהן זמני כניסה זיך געזעגענען בעידן חדוותא.


ביים מעמד קבלת פנים אין די זאלן פון עטרת גאלדא האט דער רבי שליט"א מסדר געווען דעם שטר תנאים און די שטר כתובה. די עדים זענען געוועהן הנגידים ר' זונדל פערנבאך הי"ו ראה"ק ספינקא לעיקוואד און הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, מיט קריאת הכתובה הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב.פ. שליט"א א נאנטער קרוב מצד הכלה. דער זיידע כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכות ראשונות און דער דעעש'ער רבי שליט"א דער זיידע פון די כלה מיט ברכה אחריתא.


נאכן חופה האט דער ספינקא רבי שליט"א מכבד געווען דעם דעעש'ע רבין שליט"א אנצווינטשן דעם עולם, דערנאך מחותנו כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א אין דאן האט דער ספינקא רבי שליט"א אנגעווינטשן דעם גאנצן עולם מיט פילע ברכות בזכות די אבות הקדושים.


דאן האט נאכגעפאלגט די סעודת החתונה אינעם זאל, אינצווישן איז דער ספינקא רבי שליט"א אנגעקומען אין די ישיבה 'שער המלך' וואו מען האט זיך געשטעלט אויף תפילת מעריב, אין דער רבי שליט"א האט זיך דארט געוואשן צו די סעודת חתונה אינאיינעם מיט די בחורי החסידות אין די תלמידי ישיבת שער המלך.


א קורצע צייט דערויף איז די רבי שליט''א ערשינען צו די חתונה בקול רנה ותודה המון חוגג. דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן חתן און די מחותנים. במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט די ברודער'ס מרנן אדמורי"ם טבא דשמואל ד'ספינקא, קראלי, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה צווישן זיי: האדמור''ים מבאבוב 45, וויז'ניץ בארא פארק, סערדהאלי, פלאטישאן, לויעב טשערנאביל, צאנז גריבוב, זידיטשויב בארא פארק, ספינקא מאנסי, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, גאב"ד סאטמאר ב.פ., אב''ד ציעשנוב, אין ראש ישיבת מונקאטש.


נאכן בענטשן האט דער בדחן הר"ר יואל ברוין נ"י אויפגערופן דער זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א צום טאנץ לפני הכלה. דערנאך האט בדחנא דמלכא הר"ר יואל שפיטצער הי"ו אויפגערופן דעם ספינקא רבין שליט"א צום מצוה טאנץ. דער רבי שליט"א האט בעפאר די ריקודין אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט אין אזא געהויבענעם זמן פון ליל שישי אין די ימי השובבי"ם וואס דער סדר איז אז מען זאגט אויס ספר תהילים, און יעצט ביי די ריקודין שטייט אין ספרים הק' איז גרעסער ווי תהילים.


נאכן טאנצן די ריקודין לפני הכלה איז די רבי געטאנצן עקסטער א געהויבענער ריקוד מיט בנו – דער אבי החתן – הרה"צ רבי משה יעקב שליט"א, דערנאך א ריקוד מיט מחותנו האדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, האדמו''ר מדעעש און הרה"ח ר' יוסף מנחם פאזנער שליט"א. דערנאך האט מען אויסגערופן די אנדערע זיידעס האדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א און הרה"צ רבי יוסף מנחם פאזנער. ווען דער אבי החתן שליט"א האט געטאנצן לפני הכלה איז דער ספינקא רבי שליט"א אראפגעגאנגען טאנצן מיט די קינדער – געשוויסטער פון חתן – די אייניקלעך, דערנאך מיט אלע קינדער די בני משפחת המלוכה.






















































Comments


bottom of page