top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זֵכֶר צַדִּיק לִבְרָכָה • האד' מסאטמאר פראוועט סעודת הילולא פון הרה"ק משינאווא זי"ע מיט תלמידי ישיבת סאטמאר בארא פארק

דינסטאג פ' שמות • י"ד טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פאריגע וואך ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'דברי יחזקאל' משינאווא זי"ע  איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די יארצייט אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון בארא פארק. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א מציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל ההילולא זי"ע, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען סיפורי קודש א לענגערע צייט, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א.













Comments


bottom of page