מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
צום צווייטן מאל די וואך איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער פארהער אין די שטאט ערד בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלעכע וויילט יעצט אין ערד אויף אפרוה, בלויז עטליכע טאג צוריק נאכדעם וואס די הונדערטער יונגעלייט עמלי תורה האבן זיך פארזאמעלט פאר א סיום הש"ס און א בחינה פומבית דורך חשובע רבנים.
נעכטן איז פארגעקומען נאך אזא דערהויבענע מעמד, דאסמאל פאר די בחורי הישיבות הקדושות דחסידי גור אין ארץ ישראל, וואס האבן זיך פארהערט מזומנים אונטער די תלמודו בידו פראגראם, מעמד מעמד איז פארגעקומען אינעם זעלבדן וועירהאוז וואו עס איז פארגעקומען די מעמד פאר די אינגעלייט פריער אין וואך, די בחורים זענען פארהערט געווארן לפני קהל ועדה אויף גאנצעטע מסכתות צו אויף גאנץ ש"ס איבערגעחזרט אויף די מזומנים מהלך.
די רבנים הבוחנים זענען געוועהן הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק און דורך הגאון ר' יהודה דרעי שליט"א די רב פון שטאט באר שבע, די בחורים האבן ערשטוינט די רבנים הבוחנים שליט"א און ארויסגעוויזן א אויסטערלישע בקיאות און ידיעת התורה.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געזיצן און מיטגעהאלטן די מעמד פאר א לאנגע צייט ווען פון זיין געזיכט שרייט ארויס א איבערגענומענקייט און התרגשות צו זען די פירות עמלו, די מעמד האט זיך געענדיגט מיט ווארעמע ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט מרעיף געווען ברכות לרוב פאר די חשובע בחורים זיי זאלן ממשיך זיין מיט זייער התמדה און התעלות.
Comentarios