מאנטאג לך לך • ג' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: JDN
חסידי סקולען זענען נאך אונטערן רושם פון די גאר שארפע דברי מחאה וואס זענען געהערט געווארן דעם שב"ק דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בגודל מעלת השלום וגנות המחלוקת.
דעם שבת צופרי פאר קריאת התורה אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, האט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א זיך אויסגעדרייט צום עולם און אומגעראכטן משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש בענינים העומדים על הפרק. דער רבי האט אנגעהויבן די דברות קודש, אז ליידער האט פאסירט אן אומגליק אין די משפחה, ווען א קליין קינד, הילד ישראל בן זיסל, אן אייניקל פונעם טאטן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, איז דיאגניזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, און עס פאדערט, אז מ'זאל זיך מחזק זיין בתשובה ותיקון המעשים.
דער רבי האט דערמאנט דאס מ'ליינט אין די וואכענדיגע סדרה איבער דור הפלגה און די מבול וואס האט שולט געווען אויך אויף קליינע קינדער, און דאס אלעס איז געקומען צוליב מחלוקת. דא האט דער רבי ארויסגעברענגט, אז שוין עטליכע וואכן וואס ער פראוועט די תפלות און טישן אויף א ברודערליכע פארנעם אינאיינעם בשלום ושלוה מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א וועלכע וואוינט נאך אין שטאט בארא פארק, און גרייט זיך בקרוב אריבערצוציען און קובע זיין משכנו בתוככי לינדען, און ליידער זענען דא געוויסע יחידים אין די קהלה וואס פראבירן צו שאפן מחלוקת צוליב פריוואטע נגיעות און אינטערעסע. דערביי האט זיך דער רבי שארף אויסגעדרוקט אז דער וואס איז נישט צופרידן, זאל זיך זוכן א צווייטע קהלה.
אויך האט דער רבי דערמאנט, ווי שטארק זיין פאטער דער סקולענער רבי זצ"ל האט הנאה געהאט צו זעהן די הצלחה פון זיינע ברודער כ"ק האדמורי"ם שליט"א און האט אים זעלבסט געשיקט זיך באטייליגן ביי די טישן פון די פעטער'ס די סקולענער רביים, און דער פאטער האט אים שטענדיג אנגעזאגט אז ער זאל זעהן זיך צו האלטן בשלום ובאחדות מיט די ברודער און די פעטער'ס די אדמורי"ם.
דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט, אז דער וואס איז מצער דעם ברודער, איז מצער דעם טאטן און דעם זיידן ולמעלה בקודש און דאס איז אזאך וואס מ'קען נישט מוחל זיין, און אפילו אויב מ'מיינט אז מיט דעם טוט מען ארויסהעלפן די קהלה, איז עס נאר פונקט פארקערט און מ'דארף זעהן אז דאס זאל זיך זאפארט אפשטעלן.
די שארפע ווערטער פון רבי'ן, שלא כהרגלו, האט אויפגעטרייסעלט די חסידים, הערענדיג די דברים כדרבונות ואת המעשה אשר יעשון, און עס הערשט א גרויס התעוררות בקרב הקהלה למען חיזוק השלום והאחדות בשבת אחים גם יחד.
Comments