top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער משפחות גרייטן זיך צום יו"ט פסח מיט הרחבת הדעת נאך געניסן פון ברייטע חלוקות דורך מפעל החסד 'לחמי מרדכי'

מוצאי שבת פ' מצורע • י"ב ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


כָּל דִכְפִין - יֵיתֵי וְיֵיכֹל אין פולע זינען פון ווארט האט זיך אפגעשפיגעלט ביי די פולע חלוקות, די גרויסארטיגע קמחא דפתחא פראיעקטן דורך "לחמי מרדכי" אין פולע שטעט ארום ארץ ישראל און אויך אין אמעריקא, אין צוגאב צו די פולע חלוקות אין כסף פאר נויטבאדערפיגטע אלמנות ויתומים איז אויך פארטיילט געווארן הוצאות החג בדרך כבוד דורך צושטעלן פאר ספעציעל ביליגע פרייזן מכל טוב וטוב הנצרך לקראת די הייליגע יום טוב פאר טויזענטער משפחות נצרכות.


די ארגענעזאציע לחמי מרדכי וואס ווערט אנגעפירט דורך המשפיע הרה"צ רבי מאיר איתמר רוזנבוים שליט"א בעל ה"דרך אמונה", וואס באגלייט אלע פעולות פונדערנאנט, באווייזט יעדע יאר איבערצושטייגן די הויכע שטאפלן און ניווא פון חסד פון א יאר פריער פסח, היי יאר האט לחמי מרדכי צום ערשטן מאל אויך סערווירט אמעריקאנע אידן וואס זענען קשי יום און דארפן אנקומען צו הילף צו קענען צוגיין צום סדר נאכט מיט א רוהיגע הארץ און מיט א הרחבה.


די חלוקה פון מצות, וויין און אנדערע צרכי החג אין די היימישע געגענטער אין אמעריקע איז נאר מוסיף והולך פון די צוועלעף חלוקה צענטערן וואס האבן פארטיילט אלע צרכי החג בהרחבה גדולה פאר שווערע טויזענטער נויטבאדערפיגטע ארום ארץ ישראל זיי זאלן קענען צוטרעטן צום יום טוב ווי בני מלכים.


ספעציעל אין די שטעט בית שמש און ביתר עילית וואו עס איז פארגעקומען חלוקות אויף גאר א גרויסע פארנעם, אין די שטאט ביתר אליין איז פארטיילט געווארן צרכי החג פאר אריבער צוויי הונדערט פאמיליעס פון אלמנות ויתומים ל"ע, זיי האבן באקומען אלעס וואס מען דארף צו קענען איינרישן א יום טוב בדרך כבוד און אין צוגאב האט לחמי מרדכי זיי אויך מיטגעגעבן ספעציעלע קיופאנס צו קענען שאפן פון די שענסטע און די בעסטע מלבושי כבוד און שיך פאר די גרויסע און די קליינע פאר יום טוב.


אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך, די הונדערטער אלמנות ויתומים זענען דערפרייט געווארן צו האבן א שמחת יום טוב, די טויזענטער פאמיליעס אין נויט פון ארץ ישראל און אויך פון אמעריקא זענען אויפגעראכטן געווארן מיט א יום טוב וואס זיי וועלן בעז"ה קענען אויפנעמן בשמחה, די חשובע מוסד לחמי מרדכי און די חשובע נשיא המפעל משפיע הרה"צ רבי מאיר איתמר רוזנבוים שליט"א בעל ה"דרך אמונה" וועלעכע האט זיך פערזענדליך משתתף געווען און זיך אומגעקוקט ביי די חלוקות אז אלעס זאל קלאפן על צד היות טוב פאר די נצרכים, זיי וועלן אוודאי האבן דערפון שמחות לרוב, אלע נדבנים וועלן אוודאי באצאלט ווערן מיט א ריכטיגע חג כשר ושמח.



























































Comments


bottom of page