top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תפילות פאר הרבנית מראחמיסטריווקא לרפו"ש; אחיה האד' מסקווירא אפגעשטאט ביקור חולים אין שפיטאל

מאנטאג פ' שמות • י"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

לקיים בנו חכמי ישראל הם ונשיהם: פארלאפענעם ערב שבת איז הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא תליט''א מחברתו הטהורה פון כ''ק האדמו''ר הרה''ק מראחמיסטריווקא זצ''ל אריינגענימען געווארן אין שפיטאל צוליב קאמפליקאציע'ס מיטן אטעם וואס האט זיך געמאכט אין לויף פון די לעצטע טעג, און בנוסף איז די רעבעצען געוועהן שטארק אפגעשוואכט. איבער די לעצטע מעת לעת האט זיך די מצב ליידער פארערגערט און דאקטורים זאגן אז מען וועט מוזן ארויפלייגן די רעבעצען אויף א טעיק, אויב קיין שינוי לטובה אין די קומענדיגע 24 שעה.


נעכטן זונטאג האבן זיך הונדערטער נשות ראחמיסטריווקא צונויפגענימען אויף א טעלעפאנישע מעמד תפילה לרפואתה השלימה פון די הויכגעשעצטע רעבעצען אמא של מלכות, גלייכצייטיג זענען חסידי ראחמיסטריווקא מתפלל לבריאתה השלימה, הרבנית מרת מרים בן טראני בתוך שאר חולי ישראל.


היינט נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א ארויסגעפארן קיין מאנהעטן מבקר חולה צו זיין ביי די שוועסטער די רעבעצען תליט"א אין די מאונט סיני שפיטאל, איידער די רבי לאזט זיך מארגן ארויס קיין קאליפארניע אויף אפרוה.


דער רבי האט געשמועסט מיט די שוועסטער די רעבעצען און געוואונטשן א רפואה שלימה. דערנאך איז דער רבי אויפגענומען מיט גרויס כבוד דורך די הויפט פראפעסארן פון שפיטאל, אויך איז דארט אנוועזנד געוועהן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע איז שטארק בייהילפיג ביי די רעבעצען אין שפיטאל. דער רבי האט ארומגערעדט מיט די דאקטוירים איבער די מצב ביי די שוועסטער און ווארעם אנגעוונטשן די שפיטאל פארוואלטונג און פראפעסארן.


Comments


bottom of page