זונטאג פ' בא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין א נאבעלע שריט איז געלאזט געווארן אין גאנג א פיבערהאפטיגע צוזאמענארבעט צווישן עטליכע גרויסע רבי'שע הויפן אין ארץ ישראל, וואו א גרויסע באזע עסקנים פון די חצרות הקודש טוען געמיינזאם פארוואנדלען א ריזן רויע ווערהאוז אין בית שמש אלס פראכטפולער און גיגאנטישער "אולם החתונות" וואו עס וועט געפראוועט ווערן צוויי גרויסע רבי'שע חתונות, בלויז צוויי טעג אפגערוקט איינס פון צווייטן.
די רעדע איז פון די גרויסע רבי'שע חתונות וואס וועלן אפגעראכטן ווערן דורכאויס פרשת יתרו, דינסטאג י"ג שבט די חתונה פון החתן אן אייניקל ביי כ”ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א א זון ביי זיין זון הגה"צ ר' איתמר ראזענבוים שליט"א אבד”ק קרעטשניף בני ברק איידעם ביי כ”ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א, מיט די כלה אין אייניקל ביי כ”ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א טאכטער ביי בנו בכורו הגה”צ רבי ישראל יוסף קאהן ראש הכוללים באר יוסף בארה”ק.
צוויי טעג דערויף, דאנערשטאג יתרו, חמשה עשר בשבט, קומט פאר די גרויסע חתונה בחצר הקודש קארלין סטאלין, החתן זון פון הרה"ג ר' מרדכי ענגלמאן שליט"א רב ראשון לציון ובעל מחבר ספרי 'ברית הלוי', מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר' משה וויליגער שליט"א.
די וועד החתונה פון ביידע חתונות האבן זיך געמוטשעט די לעצטערע חדשים צו טרעפן א פאסיגן אכסניא של שמחה, זייענדיג פארטאן אין א העפטיגע זוכעניש אין די מיסיע אויפצוקומען מיט א מקום רחבת ידים וואס זאל קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן השתתפות פון אלפי החסידים וואס קומען צו פארן פון איבער גאנץ ארץ ישראל מיטצולעבן די שמחה בבית מלכם ומאורם.
עס זענען ארויף אויפ'ן טיש פארשידענע אפציעס אבער אלעס איז למעשה אראפ פון טיש צוליב טעכנישע סיבות, נישט פארמאגנדיג די צוגעפאסטע אויסשטעל און גענוג גרויסע אקאמאדירונג אין אלע הינזיכטן. אין די טעג שטייענדיג געציילטע וואכן בעפאר די צוויי חתונות, איז געלונגען צו אויפקומען מיט'ן פאסיגן בנין, א גיגאנטישער ווערהאוז הארט אינדרויסן פון בית שמש, וואס איז סיי גרויס אין ארט, מיט א גאר פראקטישן אויסשטעל דארט אהערצושטעלן אן אולם החתונה כראוי וכיאות פאר א רבי'שע חתונה מיט טויזנטער משתתפים און די הויכשטאקיגע פארענטשעס, און ווי אויך איז דאס גאר סטראטעגיש, זייענדיג גרינג און שנעל אנצוקומען אהין פון אלע חסיד'ישע געגענטער איבער'ן לאנד.
היות דער ווערהאוז איז א רויער בנין, און פארמאגט נישט קיין שום איינריכטונגען, ליגט די אויפגאבע אויסצורישן די געביידע מיט ממש אלע געברויכן, מהחל ועד כלה, אריינגערעכנט עיר קאנדישאן, פארענטשעס, פלאטפארמעס פאר די בימת הכבוד, אלע צרכי ציבור, א.א.וו. וואס דאס ציט אריין אין א הון תועפות, אבער מיט די בשותפות'דיגע צוזאמענארבעט צווישן די חצרות פון ביידע שמחות, איז מען אויפגעקומען מיט'ן פלאן אפצורעכטן דארט די חתונה אין די זעלבע וואך, בלויז צוויי טעג אפגערוקט, און אזוי וועט דאס שפארן הונדערטער טויזנטער שקלים.
א העפטיגע אפאראט פון אויסשטאפירן דעם זאל איז שוין אקטיוו אין די פולסטע טעמפא, בעת עס וואקסט די שפאנונג פון די טויזנטער חסידים פון די חצרות הקודש וואס רישן זיך ברגשי שמחה מיטצולעבן די שמחת בית צדיקים אינעם פראכטפולן בית חתונות וואס ווערט ספעציעל אהערגעשטעלט לכבוד החתונות.
Comments