מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס עקסטאז איז דעם ערש"ק ואתחנן נחמו העעל"ט אויפגענומען געווארן די דראמאטישע בשורה מרנינה דורך אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר אז דער צענטראלער סעודת הילולא פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, בראשות ממלא מקומו בקודש וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) וועט היי יאהר געפראוועט ווערן אין נייעם גיגאנטישן עלף טויזנט סקווער פיסיגן היכל פון בנין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב סאטמאר אין קרית מלך רב קרית יואל!
דער נייער ריזיגער היכל הביהמ"ד וועט געבויעט מיט א בליץ שנעלקייט אין די לעצטערע וואכן, און ווערט באגלייט פונדערנאענט דורך רבבות חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, און דורך די גאנצע חסידישע וועלט בכלל, זעענדיג די הרחבת גבולי הקדושה פון ק"ק סאטמאר אין קרית יואל, וואס בויעט זיך בכוחו ובזכותו של אותו זקן, דער מייסד העיר, הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
דער נייער ריזיגער היכל וועט זיין גרייט בעז"ה דעם קומענדיגען יו"ט ראש השנה הבעל"ט, ביי די געהויבענע תפילות בראשות דעם רבינ'ס עלסטער זון, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, און וועט אקאמדירן קרוב צו 2000 זיצן אין היכל הביהמ"ד הגדול והחדש, און העכער 500 פרויען זיצן אין די נייע גרויסע עזרת נשים.
דער נייער היכל איז גרויס 10 טויזענט סקווער פיס ווערנדיג געבויעט מיט מלכות און פראכט, אין צוגאב צו די פאליש וואס וועט געעפענט ווערן יעדן שבת ויום טוב, און ביי די שבתים בצל הקודש בזמן שהצדיק בעיר, וועט דאס אויסקומען צו א גרויסקייט פון העכער 11,000 סקווער פיס!
סאטמארע חסידים פון אומעטום גרייטן זיך מיט שפאנונג צום יומא דהילולא קדישא און צו די ערשטע שלחן הטהור פון כ"ק אדמור מסאטמאר שליט"א, וואס וועט געפראוועט ווערן אין דעם נייעם היכל הענקי, וואס וועט אקאמאדירן טויזענטער סאטמארער חסידים פון אומעטום וואס וועלן נישט ווילן פארפאסן די געהויבענע מאמענטן אין שפיץ פון רבם ומאורם וואס וועט באותו מעמד משמיע זיין דבר ה' ברמה במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע.
Comments