פרייטאג פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מטעם די וועד החתונה בחצר הקודש וויז'ניץ איז היינטיגן ערב שבת באשטעטיגט געווארן אז די גרויסער חתונה די וואך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, וועט פארקומען אינעם ריזן 'היכל ראזנבערג' אין קרית צאנז נתניה.
ווי נעכטן ערווענט האט די שטאטראט אין אלעד, צוליב אומפארשטענדליכע סיבות אפגערופן די געפלאנטע גרויסע וויזניצער חתונה וואס האט געזאלט פארקומען אין די גרויסע אודיטוריום אין שטאט. די עסקנים זענען געוועהן אריינגעטוהן רונדע דעם זייגער צו באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס פון א גיגאנטישער זאל פאר די חתונה און אלע אנדערע אראנדזשירונגען.
דערזעהנדיג די שווערע סיטואציע האבן זיך די עסקנים פון ק"ק צאנז פארבינדן מיט די וועד החתונה און בחפץ לבם מציע געוועהן דעם גרויסן היכל הטישן אין קרית צאנז 'היכל ראזנבערג' אלס פאסיגער אכסניא צו קענען דארט אפרעכטן די חתונה הגדולה, היינט אינדערפרי זענען די וויזניצער עסקנים אריבערגעקומען קיין קרית צאנז און באטראכט פונדערנאנט דעם זאל און אלע נויטיגע איינריכטונגען ווי פארענטשעס, סטעידזשעס, עזרת נשים, פארקינג און נאך צרכים.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די מעמד קבלת פנים און די חופה פארקומען - ווי געפלאנט בחצר הקודש וויז'ניץ אין בני ברק, תיכף נאכן חופה וועט א פלאטע פון באסעס פירן דעם ציבור צום חתונה אין שטאט נתניה, וואו עס וועט געפראוועט ווערן די געהויבענער שמחה ברוב עם הדרת מלך. די עסקנים פון ביידע הויפן זענען אין שוואונג פון הכנות גדולות און ארבעטן האנט ביי האנט אהערצושטעלן יעדע פרט ופרט פון די שמחה על צד היותר טוב.
Comments