top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זעקתם בעוד ליל: רבבות חסידי סאטמאר אלוועלטליך וועלן קורע זיין שערי שמים א' סליחות לביטול גזירת גיוס

פרייטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

חסידי סאטמאר אלוועלטליך זענען איינגעהילט אין א התעוררות'דיגע הכנה צום קומענדיגן זונטאג א' סליחות, ווען ס'איז בפקודת הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשטימט געווארן אויסצונוצן דעם יום מסוגל צו מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים מרובים למען שלום אחינו שבארץ ישראל וואס ספראווען זיך מיט'ן ביטערן גזירת הגיוס, און איבער די שווערע גזירת החינוך אין ניו יארק.

דער מעמד התעוררות רחמים וועט פארקומען אין אלע צענטערן בכל מקום שדבר ודתו המלך מגיע, אומעטום חסידי סאטמאר קומען זיך צונויף זאגן סליחות זונטאג בקדרותא דצפרא, וועט מען ברוב עם הדרת מלך ממשיך זיין נאך סליחות מיט'ן זאגן אינאיינעם ספר רביעי שבתהילים, און דערנאך זאגן דעם יהי רצון וי"ג מדות של רחמים.

מטעם הנהלת קהל יטב לב אין קרית יואל ווערן שוין געמאכט די ספעציעלע הכנות צום מעמד התעוררות רחמים, ווען עס פארמירט זיך ווי יאר יערליך און א' סליחות א מאסן צונויפגיס פון אלופי אלפי החסידים פון נאנט און ווייט, לשמוע אל הרנה ואל התפלה פונעם רבי'ן שליט"א, ווערן געמאכט די  נויטיגע אראנדזשירונגען צו מסדר זיין דעם סדר אמירת תהילים נאך סליחות, מיט'ן קול שועה ותחנונים פון אזויפיל טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, און די טויזנטער נשים צדקניות אין די עזרת  נשים גאלעריען, לקרוע שערי שמים, לביטול רוע הגזירות.





Comments


bottom of page