top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס טוט זיך מיטפרייען מיטן הילולת הרשב"י וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט אן אומגעראכטענער הצלחה | מעיאר עריק עדעמס ביים סקולען'ער הדלקה | נכדי בעלזא אין לעלוב | האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביי הרה"ח ר' מענדל קרעש ז"ל | די געשפרעך פון טאג איבער אנג'ל פארבריק

דאנערשטאג פ' אמור - י"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות

 

תּוֹרָתוֹ מָגֵן לָנוּ הִיא מְאִירַת עֵינֵנוּ הוּא יַמְלִיץ טוֹב בַּעֲדֵנוּ אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי • די אויסטערלישע אין אומגעראכטענער הצלחה וואס מען האט היי יאר געזעהן אין אתרא קדישא מירון ביום ל"ג בעומר, איז די געשפרעך פון טאג ביי גאנץ כלל ישראל ווען מיט דעם טאג האבן הונדערטער טויזענטער אידן זוכה געווען ארויף צו גיין מתפלל זיין ביים ציון הרשב"י און זיך מיטפרייען ביומא דהילולא קדישא, מיט א מורא'דיגע רואיגקייט און הרחבת הדעת, מיט א ריכטיגע שמחה דקדושה, נאכפאלגענדיג לאנגע חדשים פון פיבערהאפטיגע הכנות און צוגרייטונגען אויף אלע מעגליכע אופנים, האבן די געטרייע עסקנים מיטן אויבערשטנס הילף זוכה געווען צו שניידן די פירות פון די שווערע הארעוואניע, וואס איז צו פארדאנקען דער אפיציעלער אחראי הרב מאיר פרוש און דער פראיעקטער הרב יוסי דייטש, וואס האבן זוכה געווען אהערצושטעלן אזא פרעכפאולע הילולא, שטייענדיג נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וואס די הילולא אין מירון איז נישט געפראוועט געווארן אויף א געהעריגן אופן, בכניסת היום איז כ"ק מרן אדמו"ר מבאיאן שליט"א צוגעטרעטן אנצוצינדן די צענטראלע הדלקה, ווען צום ערשט איז פארגעקומען א הערליכע מעמד זכרון פאר די 45 אומגעקומענע קדושי מירון אין די טראגעדיע מיט 2 יאר צוריק מיט ניגוני התעוררות ואמונה, און דער רבי שליט"א האט אנגעצינדן די ספעציעלע צוגעגרייטע 45 נשמה ליכט לע"נ די אמפארגעסליכע קרבנות.


דער ציבור לאלפים איז געווען אויסגעשפרייט דורכאויס די הדלקה אויך אריין אינעם שטח פון תולדות אהרן, ערמעגליכנדיג צו פארטאפלען די צאל מתפללים און חוגגים אויף איינמאל אויפן בארג ביז 15,000 מענטשן, דאפלט ווי פאריאר. אין מיטן ענדע פונעם יומא דהילולא איז אפגעהאלטן געווארן א התעורות'דיגער מעמד זכרון און יארצייט סעודה פאר די אומגעקומענע אין אתרא קדישא מירון פאר 2 יאר צוריק. מען האט געמאכט א סיום משניות און געהערט פון די בני המשפחה, ווי אויך האבן בארימטע זינגערס אויפגעטרעטן מיט הארציגע ניגוני זכרון, אמונה ונחמה. אינעם מערה אליין איז איינגעשטעלט געווארן א וואונדערבארער סדר דורך די היימישע עסקנים צושטעלנדיג פלאץ פאר די מתפללים וועלכע ווילן דארט זיין פאר א לענגערע וויילע, אין די זעלבע צייט וואס יעדער איינער פון די טויזנטער ביים ציון האבן באקומען א שאנס אריבערצוגיין און צורירן צום קבר פאר א רגע כמימרא.

און א לעצט מינוטיגע באשלוס האבן עטליכע קהלות אינערהאלב די עדה החרדית באשלאסן נישט צו פראווענען די מעמדי הדלקות אין די נייע "מתחם ההילולא" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קהל יטב לב סאטמאר בני ברק, און נאך, צוליב וואס די שטח געפונט זיך אונטער די בעלות פון די ציוניסטישע מדינה.


אויפן בילד ווערט געזען כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ביים צינדן די ליכט לע"נ די קדושים ע"ה.

ביי דער מעמד הדלקה מאנטאג נאכט ליל ל"ג בעומר דורך כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א בחוצות בארא פארק מיט דער השתתפות פון טויזנטער אידן זקנים עם נערים האט זיך אויך באטייליגט דער מעיאר פון ניו יארק סיטי 'עריק עדעמס' וועלכער איז געקומען אין באגלייטונג פון זיינע נאנטע אידישע געהילפן און ראטגעבער, און האט ביי דער געלעגנהייט באקומען א ברכה פונעם רבי'ן שליט"א.

כאחד האדם • כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א ווערט געזעהן ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון ביום הילולא.

כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א ווערט געזעהן ביים מעמד ההדלקה אין אתרא קדישא מירון ביום הילולא טאנצן מיטן עלטסטע איר אייניקל אויפן אקסל, שעפענדיג פולע קורת רוח צו זעהענדיג די גאלדע קייט זיך ווייטער צועהן עד ביאת הגואל.

ביטל כמה גזירות • אין בעפארברייטונג צום דערהויבענעם מעמד הדלקה בנוסח רבי אלימלך שליט"א אין די שפעטע נאכט שעה'ן און געשריגן מיטן עולם די באקאנטע לעלוב'ע ווארט 'יבטל', האט אינדערמיט הרה"צ רבי אלימלך אויסגערופן אז בהוראות די באאמטע זאל מעל מער נישט טאנצן אויף די הויכשטאקיגע פארענטשע'ס, נאר מען זאל טאנצן אין הארצן, אין דערנאך וועט מען טאנצן א גאנץ יאר, אין די ציבור האט אויסגעשריגן מיט א הילכיגן אמן, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען מיט פייערליכע און לעבעדיגע ריקודין וינועו אמות הסיפים, אינעם בילד ווערט געזעהן צווישן די טויזענטער באטייליגטע ביים ריזן מעמד ההדלקה די אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.

הרב מיכל פירער משב"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אנגעקומען די יאר קיין אתרא קדשיא מירון, נאכן עריכת שולה"ט, אינאיינעם מיט די רבי'ס אייניקלעך וואס זענען געקומען מיטהאלטן די מעמד ההדלקה פון הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, אין דערנאך אינאיינעם ארויף פוקד זיין דעם ציון הק' הרשב"י בליל ההילולא.

כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א באזוכט ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מברסלב אין זיין שטוב אין ירושלים.

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א איז מבקר חולה הרה"ח ר' הערשל וועבער גרינדער פון די הצלה ארגענעזאציע.

קריאת הקודש • על פי קריאת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלן אלע וויזניצע חסידים זיך צוזאמנעמען היינט דאנערשטאג דורכ'ן טאג מתפלל זיין לרפואת דעם רבינ'ס אייניקל האשה החשובה מרת אלטא עטיל בת בלומא גיטל וועלכער געפונט זיך אין א שווערע געזונט צושטאנד שוין א לענגערע צייט און גייט היינט אריבער א קאמפלעצירטע אפעראציע אין קאפ ל"ע, כלל ישראל איז מתפלל פאר א גענצליכע רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

א מחזה הוד האט זיך אנגעזעהן ביים מעמד ההדלקה בקרב קהילות סאטמאר אין בני ברק בראשות הרה"צ רבי חיים הערש מייזליש שליט"א, ווען דער רה"י האט זיך ארויס געלאזט אין א פייער'דיגע פרייליכע טאנץ מיט די חאלאקע יונגל הילד משה חיים דוד ב"ר אליעזר צבי יאזשעף ז"ל מקדושי מירון אױפֿן אַקסל לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

געוועזענער חבר כנסת הרב מנחם אליעזר מוזס ווערט געזעהן ביי תפילת שחרית כוותיקין אין אתרא קדישא מירון איידערן ארויף גיין פוקד זיין דעם ציון הק'.

הרה''צ רבי יחזקאל טויב ממודז'יץ ארומגענימען מיט תלמידים אין חסידים גייענדיג אין אתרא קדישא מירון.

ביי די ריקודין אין חצר המערה אין מירון איז געווען א ערהאבן בילד צו זעהן ווי די זוטשקא רבי שליט"א טאנצט צווישן דעם גאנצן עולם מיט אן אייניקל אין די הענט.

אין לעיקוואד איז די נאכט נפטר געווארן הרה"ח ר' מענדל קרעש ז"ל מחשובי חסידי צאנז קלויזענבורג, אינעם ווידיאו ווערט געזעהן האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים מבקר חולה זיין ר' מענדל ז"ל אין די לעצטע תקופה.

והדרת פני זקן • כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא שליט"א בעט א יונגל ארויס צוברענגן א בענקל פאר א יוד א זקן.

בנאות דשא מיטן משב"ק • הגאון ראש הישיבה רבי שאול אלתר שליט"א מיטן משב"ק הרה"ח ר' יחזקאל חיים הלפערין הי"ו ביים שפאצירן ברחובות ירושלים אין די פריע פארטאג'ס שעה'ן.

לא טעמו טעם חטא • אין אן אינטערסאנטער ערשיינוג האט די וואך באזוכט אין שטוב פון הגאון המקובל די דוב קוק שליט"א אין טבריה א יונג קונד בעטנדיג א ברכה פונעם רב, אבער דער מקובל האט שנעל אויסגעדרייט די טיש אין געבעטן אז די יונג קינד שלא טעם טעם חטא אז ער זאל אים שענקען א ברכה, אין גלייכצייטוג האט זיך דער גאון אין מקובל אראפגעבויגן דעם קאפ אז די יונג קינד זאל אים בענטשן.

אדמו"ר מזאבליטוב מיט הנגיד ר' אליעזר קעסטנבוים ביי מרן ראב"ד ירושלים שליט"א.

הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א אין א טאנץ מיט הרב מאיר פרוש ביום ההילולא אין אתרא קדישא מירון.

המקובל הרה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א ווערט געזעהן זיך ארויסלאזן אין א טאנץ אויפן לייטער אינעם חצר המערה ביום ל"ג בעומר העעל"ט.

פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים ביים אנוואונטשן א חלאקע אינגל אייניקל פונעם לעגענדארע וויליאמסבורגער עסקן ר' אברהם יעקב פריעדמאן.

כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א ביים מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם פראכטפולן GB געשעפט אין בארא פארק.

יכנס בן אצל אביו • האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זיע"א בליל ההילולא ווי די רבי שליט"א איז געווען פארשפארט פאר לענגערע שעה'ן ביחידות.

עיני העדה • אין א בילד וואס ווערט פארשפרייט פון מרן האד' מוויז'ניץ היינט ווערט די רבי געזעהן מיט נייע אויגן גלעזער וואס די רבי טראגט נאכן ליידן אויף די אויגן. אינעם בילד ווערט געזעהן די רבי שליט"א מיט די נייע ברילן ביים מקבל זיין מיט א חביבות יתירה די חתני בר מצווה, יתומים פונעם בארימטן ארגון 'זה לזה' ווי די רבי שליט"א האט זיי מחזק געווען מיט דברי חיזוק והדרכה אין אנגעווינטשן מיט ברכת קודש לקראת די מעמד הגדול - צילום א. אייזנבאך.

א שיינעם מעמד ההדלקה איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק דורך כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פארענט פון בית מדרשו. אינעם בילד די רבי שליט"א אין א דביקות ביים גיסן די אויל איידערן מעמד ההדלקה.

כ״ק מרן אדמו״ר מוויזניץ מאנטריאל שליט״א באזוכט ביי אבד"ק ראחמיסטריווקא אוקענוויין לעיקוואד שליט"א.

האדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א וואס האט געוויילט אין די לעצטערע טעג אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, בנאות דשא אין שטאט קרעסטיר נאנט צום ציון הק' פונעם הייליגן קערעסטירע צדיק.

האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ווערט געזעהן גיין אויף די אשדוד'ע גאס'ן, אויפן וועג צום שיעור בהיכל בית מדרשו - צילום יהושע פרוכטר.

הגה"צ אב"ד פשעווארסק וו"ב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק האט די וואך באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' משה שמואל זופניק ווי די רב האט עולה געווען לתורה אויפן היסטארישער ספר תורה פונעם הייליגן דברי חיים זיע"א.

שידוכים אין באיאן'ער קהילה אין ב"פ • דעם פארגאנגענעם בין הזמנים העעל"ט איז אין די באיאן'ער קהילה אין שטאט בארא פארק אונטערגענומען געווארן א העפטיגן קאמפיין צווישן די יונגעלייט און חברי הקהילה זיך אנצושליסן 'בגופם' אין די שידוכים מיסיע בקרב הקהילה, צוזאגנדיג א מתן שכרה בצדה פאר די שעות אריינגעלייגט אין טעלעפאן רופן געמאכט פאר שידוכים, אפילו עס איז גארנישט געווארן דערפון. אין רעזולטאט האט זיך אבער אנגעזען א שטארקע הצלחה ווען אזויפיל ווי 9 שידוכים זענען ב"ה צושטאנד געקומען אין די טעג אינערהאלב די חסידות א דאנק די אימערמידליכע ארבייט פון די חברי הקהילה וואס מען האט אריינגעלייגט צו זעהן גוטע פירות.

אין שטאט קערעסטיר סמוך צום ציון הק' פון הרה"ק רבי ישעי'לע זיע"א איז פארגעקומען אן הערליכע באשיידענע מעמד ההדלקה געמישט פון תושבי העיר אינאיינעם מיט אידן וואס זענען אנגעקומען אהין פוקד זיין דעם ציון הק' ביום הילולת הרשב"י אין קרעסטיר.

א מורא'דיגע קידוש השם האט זיך אנגעזעהן ביים ריזן מעמד ההדלקה אין קרית יואל, בעת ווען האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אנגעצונדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי אין קרית יואל, ווען די חסידים וועלנדיג האבן א בילד פון דעם היסטארישן מעמד, האט מען געכאפט בילדער מיטן כשר'ן טעלעפאן, נישט ארויסצונעמען א סמארטפאון ברבים ח"ו.

בוי ארבעט ביים מרכז העולמי דחסידי וויז'ניץ אין בני ברק גייט אן מיטן פולן אימפעט.

הרב מאיר פרוש מיטן פרויעקטאר פון מירון ר' יוסי דייטש ביים זיצן מיט די עסקנים אין די פאליציי במוצאי ל"ג בעומר ווי מען האט אויסגעשמועסט די גיוואלדיגע סוקסעס פונעם יו"ט ל"ג בעומר.

אין ישיבת בית יוסף גייטסהעד, האט מען אויפגעהאנגען די בריטישע פאן לכבוד הכתרת המלך דעם פארלאפענעם שבת.

הרה"ח רבי משה פריעדמאן שליט"א משב"ק אדמור"י סאטמאר ביים אנצינדן די הדלקה אין סאטמארע תלמוד תורה אין לעקוואד.

הרה''צ רבי חיים מאיר רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא ביים אנקומען צוגאסט בקרב חסידי בעלזא אין אנטווערפען.

אין א אינטערסאנטע באגעגעניש האט זיך אנגעזעהן די פערזענלעכקייט פון הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א אין אתרא קדישא מירון ביום ההילולא קדישא אינאיינעם מיטן בארימטן ירושלים'ער טאנצער יענקאלע קארענבליט.

דער בארימטער נגיד אין גבאי צדקה ר' יואל ישראל זופניק בקודש פנימה ביי האד' מסלונים.

לטובתך ולהנאתך אין מירון • די בארימטע פאטאגרעפירער א. אייזנבאך ביים שטיין גרייט פאר ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון, אהערצושטעלן די בילדער פאר אחב"י פון די מעמדי ההדלקה ביום ההילולא.

דער פאטאגרעפער ביים עבודת הקודש • די פאטאגרעפער נפתלי לרר געבט נישט אויף אהערצושטעלן פיינע בילדער פאר די טויזענטער אידן וואס האבן די יאר נישט זוכה געווען אנקומען קיין אתרא קידשא מירון ביום ההילולא, אין נאכן אפכאפן בילדער פונעם מעמד ההדלקה בחצר הקודש סאדיגורה, איז נפתלי אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון צום מעמד ההדלקה פון הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, אין דערנאך ביים נעילה הדלקה פון האדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, אין נאך.


אינעם בילד ווערט געזעהן נפתלי לרר אויפן שפיץ פונעם אויבן אן ביים מעמד ההדלקה פון ר' מיילעך, כאפנדיג א פיינעם בילד פונעם גאנצן ציבור האלפים בליע"ה.

מירון • הינדערטער באסעס אויסגע'שורה'ט ווי א 'שלאנג'... מיט פולע יארן צוריק ביים זיך ארויף שלענגלען דעם בארג אויפן וועג קיין מירון ביומא דהילולא קדישא.

חרם אנג'ל • אין רעאקציע צו די בזיון כבוד התורה ווען דער באורד פארזיצער פון די אנג'ל פירמע האט אויפגעטרעטן ביי א פראטעסט פארנט פון דעם פאנאוויטשער ראש ישיבה שליט"א'ס שטוב, איז אונטערגענומען געווארן א בויקאט קעגן די פירמע אין פילע ריטעיל סעילס, ווי אויך גרעסערע באשטעלונגען זענען אפגעשטעלט געווארן ווי לאנג די בעקעריי גיבט נישט ארויס קיין אנטשולדיגונג. די פירמע האט אבער דערווייל איגנארירט דעם שטורעם און אלס מער ישיבות און חרדי'שע האלסעילערס שליסן זיך אן אינעם בויקאט, פאראורזאכנדיג אז די קאנקורענטן קענען פשוט נישט נאכקומען דעם פלוצלינגדיגן העכערונג אין באשטעלונגען.

הרב שמעון מנחם נחום פריעדמאן שליט"א ווערט געזעהן אין א שמועס מיט האדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א נאכן בר מצוה פון נכד האדמו"ר מסאדיגורה בעל עטרת ישראל זיע"א.

אין די לעצטערע טעג איז ערשינען אן הערליך געמאלן בילד פון האדמו"ר מסטוטשין.

איידער מיט טרעטן אריין אין די שמחות, דארף מען צום אלעם ערשט אנווינטשן די חשובע ילדי חתני החאלאקות. אין דער בארימטער 'אנ"ש בלעטל' פון חצר הקודש תולדות אהרן, איז געווען איבער 150 מזל טוב'ס פאר ילדי החאלאקע בליע"ה, דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל זעהן רב תענוג ונחת דקדושה עד ביאת הגואל אמן. אינעם בילד איז איינע פון די מודעות פונעם 'חאלאקע בלעטל'.

ברכת מזל טוב לנכדו חביבו ונאמן ביתו פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א הרב יעקב יצחק ווייסבלום, לרגל שמחת הולדת הבן הבכור בשעה טובה ולמזל טוב.


ברכת מזל טוב לר' הערשי לערנער מעסקני חסידות מודז'יץ לרגל שמחת החלאקה לבנו שנערכה במתחם בני עקיבא במירון.

ברכת מזל טוב להמשמח אלקים ואנשים ר' וועלוול פעלדמאן לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב בשעה טובה.

פאלגענד איז א שעפערישער איינלאדענונג דורך דער באקאנטער בדחן און אקטיאר ר' וועלוול פעלדמאן צו די שמחה וואס ער מאכט, מיט אייגנארטיגע ליניעס צום שמייכלען.

ברכת מזל טוב להרב בנימין מאיר פיטערמאן משב"ק האדמו"ר מפיטסבורג לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב בשעה טובה.


Comments


bottom of page