top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שריד לדור דעה • גרויס טרויער אין אידישע וועלט מיט הסתלקות פון כקש"ת גאב"ד סיגעיט זצ"ל

זונטאג פ' ויקהל • כ"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א וואלקן פון טרויער לאזט זיך אראפ אצינד אויף די אידישע וועלט, מיטן ערהאלטן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון הגאון הצדיק המפורסם כ"ק גאב"ד סיגעיט זכר צדיק לברכה, משרידי דור דעה, וממעיתיקי השמועה, וועלכער איז אין די יעצטיגע מינוטן נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין הויכן עלטער פון פיר און ניינציג יאר.


מיט די פטירה פונעם סיגעיטער רב איז אפגעריסן געווארן א היסטארישע בריקל וואס האט נאך פארבינדן די היינטיגע דור מיט די אמאליגע צדיקים, א פארצייטישער רב וואס האט נאך מיטגעלעבט אין דער אלטער היים ביי די הייליגע צדיקים, זיין גרויסן פאטער הגה"ק מווייטצען זי"ע ולמעלה בקודש די הייליגע צדיקים לבית אוהעל סיגעט צאנז און באבוב.


דער רב איז געבוירן געווארן אין יאר תר"צ אין שטאט ווייטצען, וואו זיין פאטער האט משמש געווען ברבנות יענע צייט, אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער מיטגעמאכט שרעקליכע עינויים און יסורי הגוף והנפש, זייענדיג פארוואגלט אינעם ברענענדיגן אוישוויץ אין די הענט פונעם דייטש, און מיט גרויסע נסים און חסדי שמים איז ער געראטעוועט געווארן פון די בייזוויליגע נעגל, און זוכה געווען ארויסצוקומען אויף דער פריי, און אויפשטעלן א הערליכע דור ישרים יבורך וואס אסאך וואלטן זיך געוואונטשן.


צענדליגע יארן כולן שוין לטובה האט דער רב משמש געווען ברבנות אין קהל יראים סיגעיט, משפיע געווען אויף די חברי הקהילה און דערהויבן די חסידים לעבודת השם יתברך, מיטן פארצייטישן חן און וואונדערליכע רבנישע געשטעל און שפראך, האט ער זוכה געווען אריינצושיינען תורה וחסידות אין אידישע הערצער, און געווען פארהייליגט ביי יעדער וואס האט נאר איבערגעטראטן דעם הייליגן שוועל.


די לעצטע יארן איז ער ליידער נישט געזונט געווען, בפרט אין די לעצטערע וואכן ווען דער רב איז געלעגן אין שפיטאל על ערש דוי ווען כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו. יעצט ביינאכט איז די רב זצ"ל נתבקש געוועהן לישיבה של מעלה לדאבון של כל בית ישראל.


דער רב לאזט איבער א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן אלע גאר חשובע גדולי תורה יושבי על מדין ומורי הוראה בישראל, די זיהן הגה"צ ר' יעקב שלמה אב"ד לימינוב, הגה"צ ר' דוד דוב רב הצעיר אין קהל יראים סיגעיט, הגה"צ ר' יוסף משה אב"ד לאסק, הגה"צ ר' פנחס מרדכי דומ"ץ סיגעיט, און הגה"צ ר' שמעון זאב אב"ד ישמח משה קרית יואל חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די איידימער זענען הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל, הגה"צ אב"ד אוהעל וומס"ב, הגה"צ אב"ד קנין תורה שטראססבורג, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ אב"ד קלעסאן, און הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א.


דורכאויס די יאהרן האט דער רב זוכה געווען זיך צו משדך זיין מיט פילע גדולי אדמורי"ם, צווישן זיי האחים האדמורי"ם מסאטמאר, סקווירא, צאנז, באבוב 45, ויזניץ מרכז, וויזניץ מאנסי, וויזניץ ירושלים, סקולען, סקולען מאנסי, תולדות אברהם יצחק, דושינסקי, קרעטשניף סיגוט, קאסאן, ניקלשבורג, אלכסנדר, קאפיטשניץ, דינוב, ספינקא, קאלוב, גאב"ד סאטמאר מאנסי, גאב"ד סאטמאר מאנטריאל ועוד.

Comments


bottom of page