top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ באזוכט ביי גיסו האד' מבעלזא לקראת די חתונה פון נכדתו הכלה

זונטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

 

פאריגן מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ווידער אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים לקראת די ימי השמחה במעון קדשו, די רבי שליט"א האט באזוכט ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איינצולאדענען צו די שמחה, אין באגלייטונג פון בנו יחידו די מחותן אבי הכלה הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א וואס איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל לכבוד די שמחה.


די וויזניצער רבי האט איבערגעגעבן א גריס פון זיין באזוך אין אשדוד, די הערליכע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די בעלזא קהילה אין שטאט, און דער בעלזא רב האט זיך אינטרעסירט אין פארשידענע דעטאלן ארום די באזוך. דערנאך האבן זיך די שוואגער'ס האדמור"ים איינגעשפארט ביחידות וואו עס איז דאן אריינגעקומען דעם רבינס שוועסטער די בעלזא רעבעצין, צום שלוס האט דער רב מכבד געווען די געסט מיט לחיים.



Comments


bottom of page