top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אָח לְצָרָה • האד' ממחנובקא בעלזא וועט אנקומען קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין בחצר הקודש סקווירא

מאנטאג פ' תצוה • י' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מטעם בית כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א שליט"א איז געמאלדן געווארן אז די רבי שליט"א וועט אונטערנעמען א בליץ באזוך קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין ביי שאר בשרו ידידו ורעו מאז ומקדם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היושב בעמק הבכא נאך די פטירה פון די רעבעצין ע"ה.


די רבי שליט"א  וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל היינט מאנטיג אויפדערנאכט אין וועט זיך אויפהאלטן אין שיכון סקווירא בלויז איין טאג, די אכסניא וועט זיין בבית הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פונעם סקווירא רבי'ן. מארגן מיטאג וועט די רבי שליט"א אויפנעמען קהל חסידיו תושבי ניו יארק לעצה ולברכה בבית מדרשו אין מאנסי, און אויפדערנאכט וועט זיך די רבי צוריק קערן קיין ארץ ישראל, מיטוואך אין די פארמיטאג שעה'ן וועט די רבי בעז"ה לאנדען אין ארץ ישראל.

Comments


bottom of page