top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב ווייזן ארויס שטיצע ביים יערליכן דינער 'צאן קדשים' לטובת די הייליגע מוסדות‎

מאנטאג פ' יתרו • י"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


אלפי חסידי באבוב זענען דעם מוצאי שבת ארויסגעקומען זיך באטייליגן ביים יערליכן דינער 'צאן קדשים' צו שטיצן די הייליגע מוסדות הק' פון ת"ת בני ציון ד'באבוב, ישיבה לצעירים כרם ציון, און ישבה קטנה כרם שלמה. די דינער איז פארגעקומען און די גרויסע פאלאס זאל אין בארא פארק וועלכע איז געווען אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור, און איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן דורך די מאסן משתתפים. א ספעציעלע בימת הכבוד איז געווארן אויפגעשטעלט פאר די קרוב צו הונדערט מלמדים און כלי קודש אין די מוסדות, די דינער איז געווען מוקדש לעילו נשמתו פון די אומפארגעסליכע נדיב ובריח התיכון פון אלע באבובער מוסדות הרבני הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה.


בשעתן דינער איז פארגעשטעלט געווארן א ערשטמאליגע פאנעל דורך דריי חשובי העדה פון די ערשטע דור וואס זענען געבוירן תיכף נאכן מלחמה און האבן געשילדערט זייער זכרונות פון די ערשטע יארן על אדמת אמעריקע בצל קדשו פון די בונה ומקים חרבות עולם הרה"ק בעל דברי שלמה ד'באבוב זי''ע וואס האט איבערגעפלאנצט די באבוב'ע הויף פון דאסניי, עס האבן געענטפערט שאלות הרה"ג ר' חיים דוד בלום משפיע אין די קהילה, הרה"ג ר' חיים ארי' געללער מגידי שיעור אין די מתיבתא עץ חיים העכער א יובל יאהרן, און הרה"ח ר' חיים מאנדלבוים. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, די רב האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה און פארטיילט לחיים פאר די גרעסערע נדיבים בעם און פאר פילע עסקנים ואישי ציבור און דערנאך אויפגעטראטן מיטן משא המעמד מיט גאר שטארקע יסודות בעניני חינוך וויאזוי די קינדער קוקן זיך צו ביי די עלטערן אינדערהיים און בתוך דבריו דערמאנט די גזירות החינוך וואס איז עומד על הפרק, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע משתתפים און נדבנים. 























Comments


bottom of page