מיטוואך פ' שופטים • א' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בשעת דאס יהדות הגולה גרייט זיך אין א פלאם פייערדיגן שטימונג צום היסטארישן עצרת זעקת הגולה וואס וועט ערשטמאליג צוזאמענען רבבות אלפי ישראל ברחובות העיר אין ווייניגער ווי 3 וואכן פון היינט - זונטאג נצבים וילך - זענען די עסקני הקהילות, אקטיוו מיטן זיך אומקוקן פונדערנאנט אויף א רייע סטראטעגישע ערטער איבער גרעיטאר ניו יארק צו טרעפן א פאסיגן ארט פאר דעם ריזן עצרת זעקת הגולה דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך.
לויט ווי די לאנג-יעריגע עסקנים - וואס שטייען הינטער די גרעסעטע מאורעות אין כלל ישראל'ס היסטאריע - געבן איבער גייט מען איבער יעדע פלאץ מיט יושב הדעת מיט'ן ציל צו טרעפן א פאסיגע ארט וואס זאל סיי קענען אריינעמען דעם אמגלויבליכן ערווארטעטן ציבור פון נאנט צו הונדערט טויזנט שלומי אמוני ישראל, אזוי אויך זאל די אינפסטרוקטער און טראפיק ארום קענען דערהייבן אזא מאסן שטרם. אין אינעם זעלבן צייט זאל דער אפקלאנג קענען דערגרייכן קבל תבל ומלאו.
באזונדער איז היינט אין די פארמיטאג שעות פארגעקומען א גרויסארטיגע זיצונג דורך די עסקני הקהילות אינאיינעם מיט די שטאטישע אינסטאנצן און די פאליציי אויסצוארבעטן די ערשטע רייע לאגיסטישע פלענער פאר'ן עצרת וואס פארשפרעכט צוזאמצוברענגען שווערע צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע. די פאליציי אינסטאנצן האבן אויסגעהערט די עסקנים און פארשפראכן מיטצוארבעטן אין די קומענדיגע וואכן מיט די חשובע עסקנים מיט'ן ציל אז אלע לאגיסטשע פלענער זאלן זיין אויפ'ן באקוועמסטן פארנעם פאר'ן חרדישן ציבור און מיט די העסטע מאס זיכערקייט צוגעשטעלט פון זייער זייט.
כלל ישראל גרייט זיך צו שרייבן א פרישע קאפיטאל אינעם גאלרייכע היסטאריע פון שלומי אמוני ישראל דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך, א קאפיטל וואס וועט דערציילן וויאזוי דאס גאנצע יהדות הגולה האט זיך פאראיינגיטערהייט צוזאמגענומען און געשריגן פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, חזקו ואמצו גיבורי החיל! און אויסגעשריגן בקול רעש גדול אז עצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקים כי עמנו קל!
Comentários