top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשת חבר כחבר: פילע חסידי מודזיץ באגלייטן למנוחות הרבנית ממודזיץ ע"ה אלמנת הרה"ק הנחלת דן ממודזיץ זצ"ל

זונטאג פ' שופטים • כ"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

הונדערטער חסידי מאדזיץ און פילע תושבי בני ברק און ירושלים האבן דעם ערב שבת באגלייט למנוחת עולמים אשת חבר כחבר הרבנית הצדקנית ממאדזיץ ע"ה מחברתו הטהורה ועזרתו בקודש פון כ"ק אדמו"ר בעל נחלת דן ממאדזיץ זצ"ל און אמה של מלכות פון כ"ק האדמורי"ם ממאדזיץ און קאזמיר שליט"א.


כחצות היום, געציילטע שעות נאך די פטירה איז די מיטה אנגעקומען צום בית המדרש קאזמיר אויף רח' רש"י ווי בנה חביבה כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א האט משמיע געוועהן קארצע דברי פרידה, און די קינדער האדמורי"ם שליט"א האבן געזאגט קדיש, פון דארט איז די מיטה אנגעקומען צום רחבת ביהמ"ד הגדול מאדזיץ אויף רח' חבקוק וואו די אדמורי"ם שליט"א האבן ווידער געזאגט קדיש, מען האט דערנאך אריינגעפירט די מיטה צום עזרת נשים פון ביהמ"ד באותו מקום ווי די רעבעצען ע"ה האט אזויפיל יאהרן שופך שיח געווען בתפילותיה הזכות, די קינדער און אייניקלעך האבן זיך דארט געזעגענט און מען האט באלד דערנאך ארויסגעפירט די מיטה ברחובה של עיר, ווען צווישן די מלווים זעהן זיך אהן האדמורי"ם מביאלא בני ברק, לעלוב בית שמש און הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת.


שפעטער אום דריי אזייגער נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען צום בית הלויות שמגר אין ירושלים וואו די קינדער האדמורי"ם שליט"א האבן געריסן קריעה כדת וכדין און געזאגט קדיש, דאן האט מען באגלייט די מיטה א שטיק וועג, ווען צווישן די מלוים האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מביאלא, זוועהיל ירושלים, שידלובצא, לעלוב בהר"ן, תורת חכם, הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה און הגאון רבי יקותיאל ליברמאן רב ביהמ"ד סאדיגורא ירושלים.


בפניא דמעלי שבתא איז די רעבעצין ע"ה געקומען לקבורה במרומי הר הזיתים סמוך ונראה צום ציון הק' פון איר גרויסן מאן די מאדזיצער רבי זצ"ל. תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.



Bình luận


bottom of page