top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יראוך עם שמש: האד' מתורת חכם הייבט אן דאווענען ותיקין בדרכו פון האד' מפאריסוב זצ"ל

דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אן ערשטוינטע ערשיינונג חזר'ט זיך די לעצטע טעג איבער מדי בוקר בבוקר, ווען כ"ק אדמו"ר מתורת חכם הגה"צ המקובל רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א האט משנה געווען פון זיין לאנגיעריגע הנהגה פון דאווענען שפעט, און אנגעהויבן דאווענען גאר פרי, ביים זמן פון ותיקין.


שוין לאנגע יארן וואס די חסידים און שומעי לקחו ביי הגה"צ רבי יצחק מאיר זענען צוגעוואוינט צו דעם רבי'נס עבודת הקודש וואס איז אין בחינה פון "למעלה מן הזמן", ספעציעל מיט'ן אריינקומען צו תפלת שחרית אין א גאר שפעטע שעה סמוך לעיתותי ערב, נאכ'ן אפרעכטן די שעה'ן לאנגע הכנה לתפלה מיט הויכע עבודות בתורה ועבודה.


אבער ווי וואונדערליך איז געווען אין די לעצטערע טעג, ווען דער רבי האט אנגעהויבן ערשיינען צום דאווענען אין א דראסטיש געפעדערטע שעה, אין די גאר פריע פארטאגס שעה'ן, זיך שטעלנדיג דאווענען נאכ'ן עלות, און ביי שמונה עשרה געדאווענט אינעם מסוגל'דיגן זמן פון ותיקין.


צום וואונדער פון די חסידים האט דער רבי ערקלערט אז ער טוט דאס לאור די התסלקות פון להבחל"ח ידידי וריעו, דער גדול המקובלים כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצ"ל, וואס ער פלעגט מאז ומקדם מקפיד זיין ביז גאר צו דאווענען ותיקין, און יעצט בהסתלקותי' דמר, האט ער געשפירט אלס דבר נכון נאכצוגיין זיין עבודה פון תפלה ביים זמן ותיקין, ווי ס'ווערט געברענגט אין די חסיד'ישע ספרים איבער'ן ענין גדול פון כאפן א התנהגות פון א צדיק ווען ער געזעגנט זיך פון די וועלט, און ער האט אויסגעקליבן צו כאפן זיין מנהג טוב פון ותיקין.


טאג-טעגליך זינט'ן פאריסאווער רבי'נס פטירה דאווענט רבי יצחק מאיר שליט"א כוותיקין, אין בית מדרשו תורת חכם אין ירושלים, צוזאמען מיט א שיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך ווארעמען מיט'ן רבי'נס הייליגע תפילות.

تعليقات


bottom of page