top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן שוה"ט וריקודין לכבוד ט"ו באב בצל האד' מתולדות יהודה בקרתא דשופריא

מיטוואך פ' עקב • י"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: איציק ו., שלומי טריכטער

 

שווערע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן לענגאויס ארה"ק האבן דעם מאנטאג מיטגעהאלטן די שולחן הטהור און ריקודין של שמחה וואס ווערט אפגעראכטן יאהר יערליך בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א בזמן שהצדיק בעיר וויילנדיג אין ארץ ישראל אין לויף פון די זומער חדשים.


דער מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער אויף רח' מנחת יצחק און איז ווי יאהר יערליך געוועהן א געהויבענער איבערלעבעניש פאר יעדן וואס האט דאס מיטגעהאלטן, אנגעהויבן פונעם עריכת שולחן הטהור און סעודה לכבוד היום, און דערנאך די ריקודי קודש וואס האט זיך אריינגעצויגן ביז שפעט אין די נאכט אריין, ווען דער רבי שלי"א רעכט אפ די ריקודין נלהבין אין צענטער פונעם היכל, וינועו אמות הסיפים.




Comentarios


bottom of page