מיטוואך פ' כי תשא • י"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: דודי בראון
מטעם די לאנדאנער בית דין 'התאחדות קהלות החרדים' איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה מיט א רוף צום אלגעמיינעם ציבור תושבי העיר, מתפלל צו זיין אין מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פונעם מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין שפיטאל אין א גאר ערנסטן צושטאנד אין איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
די רב שליט"א איז שוין א תקופה פון עטליכע יאהר נישט בקו הבריאות אין איז נישט בכוחות צו פירן די שטאט כמימים ימימה, נעכטן נאכט איז אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב ווען די רב האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין אין איז אויפן ראט פון די דאקטוירים אריינגענימען געווארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, די דאקטוירים טוען וואס זיי קענען צו שטאביליזירן די מצב אין זאגן אז נאר תפילות ישראל קען העלפן, כלל ישראל איז מרבה בתפילה ותחנונים לרפואת הגאון רבי משה חיים אפרים בן חנה גיטל, לרפואה שלימה בקרוב, שיתחדש כנשר נעוריו.
Comments