זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
היינט נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א אנגעקומען קיין קרית צאנז נתניה וואו די רבי שליט"א האט געבאקן מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט אין די 'היימישע מצות' בעקעריי אין קרית צאנז, די רבי האט א לענגערע צייט מפקח געוועהן אויף די עבודת הקודש מיט און איבערגעקוקט אלע חומרות והידורים. נאכן באקן איז די רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון איינע פון די חסידים בשכינות פון קרית צאנז וואו מען האט געדאווענט מנחה און די רבי האט מעריך געוועהן א שולחן לחיים נאכן מקיים זיין די מצוה רבה.
Comments