דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם אנהייב וואך איז כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען צום שטאט ביתר, וואו די רב שליט''א האט געבאקן מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט, אין די 'לשמה' מצה בעקעריי אונטער די השגחה פון די עדה החרדית.
הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון די מקורבים אין די בני המשפחה, מען האט געזינגען א ניגון הכנה, און דאן איז מען צוגעטרעטן צום מצות באקן, ווען הגה"צ ר' יעקב מאיר האט אריינגעגאסן די מעל און די וואסער, אין דאן צוגעגאנגען צום רעדלען טישל, און עוסק געווען באפיית המצות א שטיק צייט.
דערנאך איז הגה"צ ר' יעקב מאיר צוגעגאנגען צום מצה אויוון, און אריינגעלייגט עטליכע מצות אין אויוון אריין. פאר עטליכע מינוט איז ער געשטאנען ביים אויוון אלס שיבער און אריינגעלייגט און ארויסגענומען די מצות. שפעטער איז ער צוריק אריין צום ציבור און מסדר געוועהן די מצות פאר זיך, פאר די בני בית אין נגידים תומכי המוסדות מעבר לים.
Comments