מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם ליל ששי איז פארגעקומען די מעמד 'חנוכת הבית' פארן נייעם פראכטפולן 'היכל התורה' "היכל שמחה דוב - בית כהנא", וואס איז געבויעט געווארן אויפן צווייטן שטאק פונעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, נדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' שמחה דוב גרינהוט הי״ו. די בוי ארבעט ביים היכל התורה האט זיך אנגעהויבן פארלאפאענעם זומער ווען די ציבור איז ארויסגעפארן אין קאנטרי, און איז אין די יעצטיגע טעג הערליך שיין פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר לשמחת לבם פוןדי טויזנטער באי בית השם אין לומדים אינעם ביהמ''ד.
אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו מגבאי ביהמ״ד הגדול, און אויפגעריפן הרה״ג ר׳ צבי הירש ווייס שליט׳א ר״מ בישיבה גדולה דסאטמאר וואס האט ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פארן נדבן וועלכער האט זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער אהערצושטעלן דעם נייעם היכל כליל ביפי׳ להנאת הלומדים וועלכע זיצן און לערנען אין דעם היכל זיבן טאג א וואך פיר און צוואנציג שעה א טאג מיט הרחבת הדעת, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ ליפא פעקעטע שליט״א מגי״ש אין ביהמ״ד.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל צו זיין את פני הקודש פונעם רבין שליט"א אין עס האט גענימען דאס ווארט דער נדבן הנגיד ר' שמחה דוב גרינהויט וועלכע האט דערמאנט אז מ'שטייט אין טאג פון זיין פאטער'ס יארצייט און ארויסגעברענגעט די חשיבות פון א 'היכל התורה' ווי עס זיצן און לערנען הונדערטער יודן דורכן טאג אין איבערגעגעבן זיין רגשי הלב אז מ׳איז זוכה אצינד צו באנייען דעם היכל. דאן האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן א ספעציעלע מתנה פארן נדבן, א ספר תהילים און אריינגעשריבן אן הקדשה וועלכע איז פארגעליינט געווארן דורכן משמש בקודש הרב שמואל טייטלבוים.
דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש אין ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות פון ר׳ שמחה דוב הי״ו, וואס שטייט שטענדיג לימין הקהילה והמוסדות להגדיל תורה ולהאדירה, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די זכיה אז מ׳קען מחזיק זיין תורה, התחזקות בקביעת עתים לתורה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר׳ן נדבן און אלע משתתפים.
צום שלוס האט אויפגעטראטן מיטן דבר הנהלת הקהילה ר' שאול פערלשטיין ראה"ק וועלכע האט ארויסגעברענגט בשבחו פונעם נדבן וועלכע האט אויך מנדב געווען די נייע 'היכל התורה' אין די ביהמ"ד אויף טרופ - גערי פאר די פאנטאסטישע סכום פון איבער צוויי מיאליאן דאללער.
Comments