מוצאי שבת פ' שופטים • ד' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בקול בכי נהי תמרורים ווערט יעצט אויפגענומען די ביטערע בשורת איוב איבער'ן הסתלקות פונעם צדיק הדור, עמוד צלותהון, לבהון ואבוהון של ישראל, מנורה הטהורה ופטיש החזק, רבן ומאורן פון רבבות אלפי ישראל, חסידא ופרישא ונהורא נפישא, ראש מטות לבני ישראל, נזר האדמורי"ם ופאר הצדיקים כבוד קדושת אדמו"ר מסקולען זצוק"ל, וועלכער איז לדאבן לב כל בית ישראל ארויף לסערה השמימה, איבערלאזנדיג דעם דור יתום אזוי ביטער ערשיטערט און צעשאסן, אין מנחם לה.
דער שוד ושבר וואס האט באטראפן כלל ישראל איז אומבאגרייפליך, די טרערן-קוואל טרונקט נישט אפ, פון יעדן אידיש הארץ רייסט זיך ארויס ביטערע קרעכצן און זיפצן על האי שופרא דבלי עפרא, דער הייליגער סקולענער רבי, דער לעכטיגער און פייערדיגער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, וועלכער האט פארשיינט, געהייליגט און געהויבן אידישע הערצער, הוא הלך למנוחות, ואנו יתמי דיתמי עזב לאנוחות.
דער סקולענער רבי איז געווען אן אמת'ער דמות פון אן אמאליגער קדוש עליון, א פאקלדיגער עובד ה' בכל נימי נפשו, מיט הימלישע השגות געדינט דעם בורא למעלה מן השגת אנוש, א זעלטענער מושלם אין אלע דרי עמודי עולם, גדול וגאון בכל חדרי תורה, זיינע הייליגע הארציגע תפילות בהשתפכות הנפש כעבדא קמי מרא, די אויסטערלישע צדקות און פעולות החסד למען הכלל והפרט, טראגנדיג אויף זיין פיזיש-שוואכן הארץ יעדן מרי נפש וועלכער האט געטראפן ביי אים א הייליג הארץ וואס ברענט תמיד מיט אהבת ישראל.
מיט'ן הסתלקות לשמי מרום פון זיין הייליגן טאטן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, איז די שושליתא קדישא לבית סקולען נמשך געווארן בגאון ועוז דורכ'ן ברא כרעא דאבוה דער רבי זצ"ל, זייענדיג די לעכטיגע האפענונג ביי די טויזנטער חסידים בכל קצוי תבל זיך צו ווייקן תחת חסותו און נהנה זיין מאור קדושתו, זיינע הייליגע ווארעמע תפילות יורדים לחדרי בטן, זיינע פלאם פייערדיגע און זיסע בליציגע דברי תורה וחסידות, מוסר והתחזקות והדרכות, נהנה זיין עצה ותושי', ביי וועם אידישע קינדער האבן כסדר גע'פועל'ט ישועות ורפואות.
מ'האט אזויפיל געהאפט, אזויפיל מתפלל געווען, אז עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, דער רבי וועט פירן די עדה הקדושה ביז משיח'ס טאג, אבער ליידער איז פון הימל אנדערש באשערט געווען, אנגעהויבן נאך מיט עטליכע חדשים צוריק ווען דער מצב הבריאות ביים רבי'ן האט זיך פארערגערט, אויפברענגענדיג מיט זארג דעם סכנה'דיגן געזונט צושטאנד ביים רבי'ן ז"ל פאר ארום צען יאר צוריק, ווען דער איז געשטאנען כפסע לבין המות, ליידענדיג דאן פון א שווערע אינפעקציע אויף די לעבער, ובזכות תפילות ישראל איז ער ממש צוריקגעקומען ממות לחיים, א הימל געשאנקענע מתנה טובה פאר כלל ישראל, צו געניסן פונעם רבי'ן ז"ל פאר נאך צען יאר עלי אדמות.
אבער ליידער האט אצינד פאסירט דאס ארגסטע, ווען דעם רבי'נס קאמפליקאציע אין די לונגען האט זיך שטארק פארערגערט, און טראץ די אלע פרואוון פון די דאקטוירים איז ליידער די שערי רחמים געווען פארשלאסן, ונצחו אראלים את המצוקים ונשבו ארון הקודש, דער רבי איז ארויף לסערה השמימה.
די פרטים פון די ריזן מסע הלוי' ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך מערערע קרעפטן פון עסקנים און לאקאלע שטאטישע אינסטאנצן אין בארא פארק, צו ערמעגליכן דאס השתתפות פון רבבות אלפי ישראל וואס וועלן פארפלייצן די וועגן און שטעגן פון איבער דער גארער וועלט, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם גאון וקדוש וואס האט פארשיינט כלל ישראל.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
Comments