top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזענבורג באשיינט ביים שמחת החתונה פונעם הויז בחור החתן שלמה זלמן שטערן ני"ו נכד הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה פונעם געטרייען משמש בקודש און הויז בחור החתן שלמה זלמן שטערן ני"ו וועלכע האט באדינט דעם רבי'ן שליט"א די לעצטע עטליכע יאהר מיט א אויסטערלישע נאמנות.


דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די שמחה מלובש בבגדי שבת, זייענדיג אויך א עלטער פעטער ביי די שמחה, נאך וואס דער חתן איז א איר אייניקל פונעם חותן המלך הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל, א אייניקל פונעם רבינס שוואגער הרה"ג ר' בן ציון הערשקאוויטש שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הרה"ג ר' משה דוד שטערן שליט"א רב ביהמ"ד תורת ישראל אין בארא פארק.


 דער רבי שליט"א האט מסדר קידושין געווען ביים חופה, און שפעטער אויפדערנאכט זיך צוריקגעקערט צום סעודת החתונה, וואו דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און אנגעוונטשן פארן חתן מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצווה טאנץ, אוןד רבי אפג דער רבי האט אפראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, דערנאך געטאנצן א לענגערע ריקוד מיטן חתן יד ימינו, א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער הרה"ג ר' בן ציון הערשקאוויטש שליט"א, און מיט די מחותנים. ביים פארלאזן די שמחה האט די רבי אנגעוונטשן חתן וכלה.



Comentarios


bottom of page