דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
ברון שיר ושבח האבן זיך הונדערטער חסידים מיטגעפרייט די וואך ביי די שמחת בית צדיקים די חתונה בחצרות קרעטשניף ירושלים - זידיטשוב וואס איז פארגעקומען דינסטאג אין בני ברק, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א פון בני ברק, איידעם פון הגה"צ רבי חיים אליעזר האראנטשיק זצ"ל מלעלוב, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, א טאכטער ביי חתנו הרה"צ ר' דוד צבי הירש מייזליש זון פון הגה"צ ר' בעריש מייזליש שליט"א מווייטצען לאנדאן, די חתונה איז פארגעקומען אינעם זאל היכלי הפאר אין בני ברק.
ביים מעמד קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אב"ד ספינקא בארא פארק. ביים חופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן הגה"צ רבי אברהם יוסף האראנטשיק מלעלוב וויליאמסבורג, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב וויליאמסבורג שליט"א, אין ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ רבי בעריש מייזליש מווייטצען לאנדאן.
צום באשטימטער צייט איז די זיידע די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה. א לענגערע צייט איז די פילקעפיגער ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די געהויבענע זיידע'ס אין מחותנים, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער הרה"צ רבי יעקב אלי' האראנציק מלעלוב הר יונה, שבע ברכות די פעטער כ"ק אדמו"ר מאלעסק ארה"ק און ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א.
דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזען פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי, די פעטער'ס האדמורי"ם מוויזניץ, תולדות אהרן, פרימישלאן, ביאלא בני ברק, טשארנאביל אשדוד, זידיטשוב חרדים און אב"ד טשערנאביל אלעד, און האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא - נדבורנא - נדבורנא ירושלים - נדבורנא ביתר - בוהוש - שבט הלוי - זוטשקא - זוטשקא אמסנא - ביטשקוב - קרטשניף קרית גת - טשערנאוויץ - מיאלען - קאסאן בני ברק - ראש ישיבת וויזניץ - אב"ד קרית וויזניץ - אב"ד וויזניץ אשדוד - אב"ד וויזניץ אלעד - אב"ד אולם - אב"ד ברעזאן - גאב"ד פרדס כץ - אב"ד ראחמיסטריווקא ב"ב - אב"ד מאקאווא אלעד און נאך פיל.
נאך די ריקודין האט מען אויפגערופן צו מצוה טאנץ די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים, דערנאך די פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, די זיידע אב"ד ווייטצען לאנדאן, און דער אבי החתן האדמו"ר מזידיטשוב בני ברק שליט"א.
Comentários