top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כעבדא קמיה מריה • האד' מקאסוב האלט מיט א שבת בחצר הקודש פשעווארסק אין אנטווערפען‎

מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א שיינע שבת איז פארגעקומען די וואך אין אנטווערפען, ווען כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, האט זיך אויפגעהויבן און אפגעפלויגן קיין אנטווערפען בעלגיע, צו וויילן אויף שבת במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


טראץ וואס דער פשעווארסקער רבי שליט"א און די גבאים האבן געוואלט מכבד זיין דעם קאסובער רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, ווי עס פאסט פאר איינער פון די חשובע פירנדע אדמורי"ם, האט דער רבי אלעס אפגעזאגט, נישט וועלנדיג נעמען קיין שום ראביסטעווע כיבודים, נאר ליבערשט געוואלט מיטהאלטן דעם שבת ווי א ריכטיגער חסיד, כעבדא קמיה מריה. די רבי האט זיך טאקע במשך גאנץ שבת איינגעקוקט אויף די עבודת הקודש ביים פשעווארסקער רבי'ן, נישט אראפנעמענדיג קיין אויג דורכאויס די תפילות און טישן.


דאנערשטאג נאכמיטאג איז די רבי ארויסגעפארן פון דייטשלאנד ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן לצרכי רפואה - אויפן וועג קיין אנטווערפען, די אכסניא איבער שבת איז געוועהן אין שטוב פון הרב זושא גליק משמש בקודש פון כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, בשכינות פונעם ביהמ"ד.


ליל שישי האט די רבי געדאווענט מעריב אינעם פשעווארסקער רבינס מנין בביתו נאווה קודש, פאר מעריב האט די רבי שלום גענימען אין עס איז פארפירט געווארן א קורצע שמועס.


פאר שבת איז צוגעגרייט געווארן א שטענדער און א בענקל ביים מזרח וואנט, נאכן דאווענען ליל שבת האבן זיך די אדמור"ים געוואונטשן א גוט שבת. פרייטאג צונכאטס האט די רבי שליט''א געגעסן די סעודות שבת בבית האכסניא מיט די מקורבים, ווען צו קידוש האט מען ארייננגעלאזט דעם עולם מיטצוהאלטן די עבודת הקודש.


ביים טיש ליל שבת איז די רבי מכובד געווארן מיטן בענטשן, אין ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געוועהן שלישי. די סעודה שבת אינדערפרי האט די רבי מיטגעהאלטן ביים מיטאג טיש פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א אין די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, וואו די רבי'ס האבן במשך די סעודה ארומגעשמועסט דברי תורה אין שיינע ענינים פון די פרשה.


שלש סעודות אין מלוה מלכה האט די רבי מיטגעהאלטן בחצר הקודש פשעווארסק אין זינטאג נאכט איז די רבי אריין אויף א באזוך צו כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים אין סיפורי צדיקים אין דערנאך איז די קאסובער רבי פארבליבן פריוואט בקודש פנימה וואו די רבי האט איבערגעגעבן א קוויטל אין פדיון נפש להיפקד בדבר ישועה ורחמים, נאכן באזוך האט די פשעווארסקער רבי ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט''א ביותרת הכבוד אין זיך געזעגענט ברוב ברכות.


אזוי אויך האבן באזוכט ביים קאסובער רבי'ן שליט''א בבית האכסניא אין אנטווערפען די מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט''א ואתו עימו די חברי וועד הקהילה 'מחזיקי הדת' אין אנטווערפען וואו מען האט ארונמגעשמועסט בעניני הכלל אין איבער די פעולות אין צרכי הקהילה אין די רבי האט איבערגעלאזט ברכת קדשו פארן רב אין די הנהלת הקהילה.
















Comments


bottom of page