דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל דריי
גאר א שיינער מעמד איז אפגערָאכטן געווארן פארלאפענעם מיטוואך וארא אויפדערנאכט ר"ח שבט תשפ"ד ווען הונדערטער חסידי משכנות הרועים האבן אינאיינעם געפייערט דעם גרויסן מעמד "סיום מסכת ברכות און סיום חלק ראשון אין הל' פסח" וואס איז געלערנט געווארן אינעם חבורה "מיין עמוד" בתוככי הקהילה.
דער מעמד איז אפגערָאכטן געווארן בליל ר"ח שבט - יומא דהילולא רבא פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל בעל ה"עבודת בנימין" וחבר הבד"צ מיט די בַאטייליגונג פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון ירושלים, בית שמש, בני ברק, אשדוד און צפת, כולם נקבצו ובאו צום הערליכן "ארכדיה" זאל אין תלפיות געגנט אין ירושלים עיה"ק וואס איז פראכטפול אהערגעשטעלט געווארן צו פראווען דעם געהויבענעם סיום.
דער הערליכער אויבנאן וואס האט זיך אויסגעצויגן ביים מזרח וואנט האט ארויסגערופן כבוד און עהרע ווערנדיג באצירט מיט רבנים ודיינים מורי הוראה וחשובי העדה, צווישן זיי בני וחתני הרה"ק בעל ההילולא: חדב"ן הגה"צ רבי יהודה ניישלאס שליט"א אב"ד סערדאהעלי, הרה"צ רבי יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א, כ"ק הרה"צ רבי מאיר שלום ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מקאלאשין, הרה"צ רבי צבי דירנפעלד שליט"א, ווי אויך די רבני ומשפיעי הקהילה, צווישן זיי: המשפיע הרה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, הרה"ג רבי יהושע אשר כהנא שליט"א רב דביהמ"ד ומו"ץ, הרה"ג רבי חיים יוסף בלויא שליט"א רב שכונת פאג"י ומו"ץ, הרה"ג רבי דוב ראבינאוויטש שליט"א רב שכונת רמה ד' בי"ש ומו"ץ, הרה"ג רבי שמואל ליבערמאן שליט"א מו"ץ, און נאך זקני ופארי ירושלים של מעלה ובראשם כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
געעפנט דעם מעמד האט דער פה מפיק מרגליות האברך החשוב הרה"ג ר' שמואל ראבינאוויטש שליט"א וועלכער האט אנטפאנגען דעם ריזן ציבור מיט ווארימע ברכות, און נאכן ארומרעדן בליציגע געדאנקען בחשיבות המעמד אנגעהויבן אויסרופן די חשוב'ע בעלי דרשנים שליט"א. צום ערשט האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע ווערטער הרה"ח רבי שלמה בלויא שליט"א מחשובי מגידי שיעור בש"ס ובהלכה בק"ק משכנות הרועים, וועלכער האט מיט רייכע ווערטער ארויסגעברענגט אז אין אלע בתי מדרשים פון די קהילה קדושה זענען היינט דא שיעורי תורה במסגרת החבורה, און גערופן אלע חברי הקהילה, אויך די וואס האבן זיך נאכנישט אנגעשלאסן, צו נעמען א חלק אין די חבורה און בעז"ה מסיים זיין כל הש"ס כולה, לערנענדיג די מסכתות על הסדר מיט א כח הרבים.
איה שוקל ואיה סופר צו באשרייבן די לעכטיגע מינוטן ווען מען האט זוכה געווען אז דער מנהיג הקהילה הוד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א מזקני צדיקי הדור איז ערשינען אין זאל ווערנדיג אנטפאנגען מיטן גרעסטן כבוד לקול תרועת הזמרה ווען אלעס טאנצט און זינגט לאנגע מינוטן ווען עס קומט ארויס די אינערליכע רגשי הלבבות פון הכרת הטוב וואס דער ריזן ציבור המסיימים שפירן צום רבי'ן שליט"א דער נשיא החבורה וואס איז זיי מדריך על כל צעד ושעל לאורך ימים ושנים טובות.
דאן האט דער ריזן ציבור בראשות דעם רבי'ן שליט"א געלערנט משניות לעילוי נשמת מורם ורבם כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי בנימין בן רבי אריה מרדכי לייבוש זצוק"ל. דאן איז נתכבד געווארן אויפצוטרעטן הגאון הגדול רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א חבר הביד"צ וואס האט זוכה געווען צו זיך קלאמערן לאורו הבהיר פונעם רבי'ן זצ"ל אלס תלמיד פונעם רבי'ן אין די ישיבה הק' "תולדות אהרן". דער דיין שליט"א האט דערציילט פערזענליכע עובדות וסיפורים בגודל קדושתו ופרישתו פונעם רבי'ן זצ"ל, און ספעציעל ארויסגעברענגט די ריינע מידות פונעם רבי'ן וועמען מען האט אין לעבן נישט געזען אין כעס אדער קפידא, נאר אלעס בנחת ובכבוד מיט די גרעסטע רחמנות און רואיגקייט.
דאן זענען געהערט געווארן פערזענליכע עדות נאמנה פון דעם מנהל מפעל התורה "מיין עמוד" האברך היקר הר"ר מענדל שאטלאנד שליט"א, וועלכער האט זוכה געווען צו זיין דער מייסד פונעם חבורה תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א און האט געדאנקט דעם רבונו של עולם ברבים אויף די געוואלדיגע מאמענטן ווען מען איז זוכה צו מאכן דעם ברכת שהחיינו צום ערשטן סיום "מסכת ברכות" וואס איז בלויז דער אנהייב פונעם לאנגן וועג וואו דער חבורה וועט פארן בעז"ה אין די קומענדיגע יארן, און האט דערציילט וויאזוי די חבורה האט זיך אזוי ווינדערליך צושפרייט אין אלע עקן לאנד - אין יעדן ווינקל וואו עס געפינען זיך חברי הקהילה ב"ה. אלס אות הכרת הטוב איז דער מנהל נאך די דרשה צוגעקומען צום רבי'ן שליט"א וואס האט אים איבערגעגעבן א הערליכער לעדערנע ספר תהלים המפורש צו באדאנקען אויף זיינע לייסטונגען לטובת המפעל הקדוש להגדיל תורה ולהאדירה.
ווי איז מעגליך צו שילדערן דער קלימאקס פונעם געהויבענעם נאכט ווען די הונדערטער חברי החבורה האבן פאקטיש מסיים געווען די מסכת בתוך רבים, ווען עס ווערט נתכבד מיטן סיום און הדרן הגאון המפורסם רבי יהושע אשר כהנא שליט"א רב דבית המדרש בירושלים ומו"ץ העדה"ח. דער רב שליט"א האט צום ערשט ארומגערעדט קורצע דברי תורה צו משלב זיין דער סוף המסכת צום תחילת מסכת שבת און דאן געווינטשן א ברכת התורה פארן גאנצן ציבור ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א זיי זאלן זוכה זיין צו מיטלעבן די סיומי המסכתות ווייטער מיט פרייליכע הערצער. גלייך נאכן סיום און קדיש האט דער גאנצער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט, אין די צייט וואס די מסיימי המסכת רבנן ותלמידיהון, זקנים עם נערים, אברכי כולל ומרביצי תורה, טאנצן און הייבן זיך טפחיים על גבי הקרקע צו דאנקען און לויבן דעם נותן התורה אויף די געוואלדיגע זכיה.
תגובות