דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס פרייד האבן חסידי וויזניץ אין לאנדאן אויפגענומען די פריידיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווען בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מען געשלאסן מקח אויף א גיגאנטישן בנין אויף די 'מענאר' גאס אינעם היימישן סטעמפארד הילל קווארטל, פאר'ן געברויך פון די ישיבה קטנה.
דער גרויסארטיגער מקח וואס האט אפגעקאסט צוויי מיליאן פונט, קומט אין צייט ווען דער ארטיגער ציבור חסידי וויזניץ רישן זיך מיט עקסטאזליכע שפאנונג צום ביקור הוד קודש פונעם וויזניצער רבי'ן אין לאנדאן, לרגל די חנוכת הבית פונעם בנין אדיר ומפואר "תלמוד תורה החדש" וואס ווערט יעצט ערגענצט כליל בהדרו, און שוין פריש איז מען אריינגעטאנצן אינעם פרישן גרויסן אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, אפקויפנדיג א בנין פאר די ישיבה קטנה, וואס געפינט זיך פונקט קעגנאיבער דעם בנין הת"ת.
היינט ביי אן אסיפה דחופה וואס דער וויזניצער רבי האט פאררופן פאר עדת צאן מרעיתו, אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, האט דער רבי שליט"א בתוך הדברים דערמאנט מיט א קורת רוח ושמחה רבה דעם פריידיגן גמר המקח ביי די וויזניצע קהלה אין לאנדאן, פאר די ישיבה קטנה, וואס וועט גערופן ווערן בנין "תורת משה" לשמו ולזכרו הטהור פונעם פאטער דער ישועות משה זצ"ל.
Comments