top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה ובקשה • האד' מוויז'ניץ לאנדאן אריינגענימען אין שפיטאל זייענדיג אונטערוועגנס‎

דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם ווערן גערופן מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה והמהירה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע איז די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.


די רבי שליט"א איז געווען אינטערוועגנס פון מאנטשעסטער קיין לאנדאן נאכן זיך משתתף זיין ביי די חתונה פון החתן א זון פונעם משב"ק הרב יואל גאלדמאן, ווען ער האט זיך אנגעהויבן נישט גוט שפירן, מען האט זיך אפגעשטעלט אויפן וועג און אלאמירט די הצלה וועלכע האבן באלד אריינגענימען דעם רבי'ן אין שפיטאל. אנקומענדיג אין שפיטאל האט זיך ארויסגעוויזן אז דעם רבינ'ס בלוט דורק שטייט גאר הויעך און אז די רבי ליידט פון אן ערנסטע אינפעקציע וואס דארף באהאנדעלט ווערן.


היינט צופרי איז די רבי אריינגעפארן אין שטאט אויף תפילת שחרית בבית מדרשו און איז תיכף נאכן דאווענען צוריק אריינגעפארן אין שפיטאל אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען, כלל ישראל איז ווייטער מתפלל און מעורר רחמי שמים לרפואתו השלימה פון מרן דוד בן סימא מירל בתוך שאר חולי ישראל.

Comments


bottom of page