top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת החתונה לנכד הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים

זונטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איציק ו. אין איתי קצב


נעכטן מיטוואך נאכט איז כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אנגעקומען קיין בני ברק צו באשיינען די חתונה בבית גיסו הגה"צ גאב''ד קרית צאנז ירושלים שליט''א, אנקומענדיג אין שטאט האט די רבי מנחם אבל געוועהן ביי מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אין ביי כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א, פון דארט איז די רבי אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים שמחת החתונה אין די רויאל זאל מלובש בבגדי שבת.


ביים אנקומען האט די רבי באגריסט די חשובע זיידע'ס, גיסו גאב''ד קרית צאנז ירושלים, הגה"צ אב''ד ראצפערט בראזיל, אין הגה''צ ראש ישיבת טשעבין. בשעת די סעודת החתונה האט די רבי ארומגעשמועסט בנועם שיח מיטן שוואגער גאב"ד קרית צאנז. נאכן בענטשן איז די רבי מכובד געווארן צו זאגן די שבע ברכות אין דערנאך געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה אין א באזונדערע ריקוד מיט די חתן אין מחותנים.


ביי די חתונה האבן זיך אויך משתתף געוועהן האדמור''ים מטשערנאביל, קרעטשניף, סלאנים, זוטשקא, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק אין נאך.




















































Comments


bottom of page