top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד הכנסת ספר תורה געשריבן דורך מקהלות חסידי שומרי אמונים לזכרו פון הרה"ק החוקי חיים זצוק"ל

מאנטאג פ' כי תשא • י"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך אין איציק ו.


אין א שמחה'דיגע שטימונג האבן זיך חסידי ואוהדי שומרי אמונים מיטגעפרייט בשמחת התורה ביים מעמד 'הכנסת ספר תורה' לזכרו פון הרה"ק בעל חוקי חיים משומרי אמונים זכר צדיק לברכה, וואס איז געשריבן געווארן דורך מקהלות חסידי שומרי אמונים די בכל אתר ואתר און איז אריין געפירט געווארן פארלאפענעם ליל שישי פורים קטן בראשות כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים בקול רנה ותודה צום היכל בית המדרש הגדול שומרי אמונים אין עיר הקודש ירושלים.


מגלגלין זכות ליום זכאי, דער מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן טאג דער הונדערדסטער יום הבהיר פונעם חוקי חיים וואס איז געבוירן אין טאג פון פורים קטן בשנת תרפ"ד.


אין די טעג בעפאר דעם מעמד איז א דעלעגאציע ארויף לבתי אדמו"רים צו שרייבן אותיות אינעם ספר תורה, בראשם ביי זרע חיים האדמו"רים משומרי אמונים פון אשדוד, קרית גת און בני ברק, חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, און די איינקלעך האדמו"רים והרבנים לבית ראדושיץ, נעשכיז, מיאלען און נאך, אזוי אויך האבן געשריבן אותיות האדמו"רים מראחמיסטריווקא און זוטשקא וואס האבן זיך געווייקט לאנגע יאהרן ביים שומרי אמונים רבי'ן די חוקי חיים.


דינסטאג נאכט האבן זיך צאמגענומען אלע שותפים וואס האבן זוכה געווען אנטייל נעמען אינעם ספר תורה אויף א אייגנארטיגן מעמד 'עצי החיים' און סיום כתיבת האותיות וואס איז פארגקומען בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א, ווען צום שלוס זענען די פארזאמלטע אריין אל הקודש פנימה, אינעם צימער וואו דער חוקי חיים האט אפגעראכטן זיין עבודה בסילודין, און אויפן טיש מיט וואס עס האט זיך נאך באנוצט זיין זיידן הרה"ק בעל שומר אמונים זי"ע האט דער רבי שליט"א אריינגעשריבן די לעצטע ווערטער לעיני כל ישראל, און אויסגעבראכן אין א ריקוד נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לגומרה של תורה.


דאנערשטאג אווענט איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח ר' יהודה לייב אוירינג שליט"א מנהל מוסדות שומרי אמונים און פון דארט באגלייט די ספר תורה ברחובה של עיר ארומגענומען מיט פילע חסידים וואס האבן זיך מיטגעפרייט בשמחת התורה, אנקומעדיג צום חצר נעבן בית המדרש הגדול האט דער רבי שליט"א אפגערכטן די עבודת הקודש פון די הקפות איבער דריי פערטל שעה, און דערנאך זענען געטאנצן די איינקלעך פון דער בעל שמחה הרה"ק בעל חוקי חיים, זקני החסידים און נאך.


דער גאנצער מעמד איז באגלייט געווארן מיט פרקי שירה וזמרה דורך די 'מתיקין' קאפעליע און די משוררים לבית שומרי אמונים ובראשם דער בארימטער בעל מנגן און קאָמפּאָזיטאָר הרב ר' יהודה הערש פייג שליט"א, צום מעמד איז אויך ערשינען א נייע זמירות נוסח שומרי אמונים אויף א הערליכע שיינע מהדורה און איז פאטיילט געווארן פאר די אלע משתתפים.


ביי די סעודת המצוה וואס איז פארגעקומען אין די מאנדיאל זאלן אין די גבעת שאול געגנט אין ירושלים האט געדינט אלטס יושב ראש דער וועלטס בארימטער פה מפיק מרגליות און ראש המדברים הרב ישראל שטערן פון לאנדאן וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון צום מעמד און מיט זיין לשון לימודים געהאלטן געשפאנט די איינגעזאמלטע מיט טרעפלעכע ווערטער און בענקעניש און געפילן צום רעיא מהימנא קדישא און די זכיה ווען די גאנצע קהילה שרייבט א ספר תורה לזכר נשמתו הטהורה.


ביים ערשיינען פונעם רבי'ן שליט"א האבן די קאפליע אויסגעבראכן מיטן ניגון 'פתחו שערים ויבוא גוי צדיק שומר אמונים', און נאכן זיך וואשן צום סעודת המצוה האט הרב ישראל שטרן אויפגערופן די תורמים וואס האבן בייגעשטייערט גרויסע סכומים למען מצות כתיבת ספר תורה כל אחד בשמו הטוב יבורך וואו זיי האבן באקומען פון רבי'ן א לעדער'נעם זמירות ובראשם הנגיד רבי דוד רוטמן שליט"א - יו"ר ועד כתיבת ספר התורה וועם דער רבי האט געשאנקן א כתר תורה.


דערנאך האבן ראשי החבורות איבערגעגעבן פארן רבי'ן א מנחת ביכורים מיט דער ריזיגן צאל פון נאנט צו צען טויזנט שעות רצופות וואס די בחורים האבן געהארעוועט אין די שובבי"ם ת"ת טעג כהכנה דרבה צום מעמד.


דערנאך האט הרב ישראל שטרן אויפגערופן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א חתנו הגדול פונעם חוקי חיים זי"ע וואס האט משמיע געווען א דרשה נלהבה איבער די גרויסע זכיה ווען די גאנצע קהילה געט אריין א ספר תורה אינעם הייליגן בית מדרש וואס בעל שומר אמונים האט געזאגט אז עס פארמאגט קדושת כותל המערבי און מיט רגשי הלב דערמאנט אלטע זכרונות במחיצת קדשו פון זיין גרויסן שווער.


הרב ישראל שטערן האט מיט פאסיגע גראמען און דברי חרוזין ארויס געברענגט די געפילן שטייענדיג מער ווי עלעוו יאהר זינט די הסתלקות פון דעם רבי'ן, און געבעטן דעם רבי'ן שליט"א ממשיך צו זיין די השפעות און ישועות וואס מ'האט געזען אלע יאהרן ביום הפורים ביים גרויסן פאטער.


ביי אמירת לחיים האט כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א צום ערשט מכבד געווען זיין גרויסער ברודער כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון אשדוד אויפצוטרעטן מיט דברות קודש, ער האט דערביי ארויסגעברענגט די התרגשות פון דעם מאמענט און מאריך געווען בשבחו פונעם ברודער די רבי שליט"א, דערנאך האט די רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און מאריך געווען בדברות קודשו בשבח התורמים און בענין הכנסת ספר תורה.


דערנאך איז אריינגעברענגט געווארן אלטע וויין און די אדמו"רים האבן געמאכט ברכת הטוב והמיטיב לכבוד פורים קטן און לרגל שמחת הכנסת ספר תורה. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון אשדוד.


ביים מעמד האבן מפאר געווען על ראש שמחתם האדמו"רים משומרי אמונים פון אשדוד, קרית גת און בני ברק, האדמו"רים מדעעש, סטרופקוב, ראדושיץ, הגאון רבי נתן לנדמן אב"ד חולון, הגאון רבי משה בראנדסדופר אב"ד היכל הוראה, הגה"צ המקובל רבי גמליאל רבינוביץ, הגה"צ רבי שמואל הערש מאסקאוויטש ממעליץ, הגה"צ רבי יחיאל מיכל הלברשטאם אב"ד סטרופקוב, הגה"צ רבי זושא הורונציק אב"ד ראדושיץ, הגה"צ רבי יהודה לייב טאוב אב"ד קוזמיר בית שמש, הגה"צ ר' אביגדור גראס אב"ד קהל חסידים ביתר, הגה"צ רבי ישראל הורונציק אב"ד ראדושיץ רמה ד' בית שמש, הגה"צ ר' לוי יצחק לייפער מנדבורנא אראד, און נאך.











































































































































Comments


bottom of page