top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע דברי מחאה דורך הגאון ר' אברהם יושע סאלאווייטשיק ר"י בריסק קעגן היימישע מוסד וועלכע האט זיך אנגעשלאסן אין ציוניסטישן ממ"ח

מיטוואך פ' נצבים - וילך • כ"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

גאר שארפע דברי מחאה זענען געהערט געווארן פארלאפענעם מוצאי שבת פון הגאון הגדול ר' אברהם יושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, קעגן א היימישן מוסד אין ירושלים עיה"ק וועלכע האט אין די לעצטע וואכן זיך אונטערגעווארפן אונטער'ן ציוניסטישן חינוך ממלכתי חרדי.


די רעדע איז פון א תלמוד תורה אין ירושלים וואס דינט אלס א תלמוד תורה כלל חסידי פאר אמעריקאנער חסיד'ישע אינגעלייט וועלכע האלטן זיך אויף אין ירושלים, און אין די לעצטערע תקופה האט די הנהלה פונעם תלמוד תורה ארויסגעשיקט א בריוו פאר די עלטערן וואו זיי מעלדן אז היות זיי זענען אריבער אונטער'ן בעלות פון די חינוך ממלכתי חרדי דעריבער וועלן זיי לויט'ן געזעץ זיין געצווינגען אנצונעמען אויך אזעלכע קינדער וועלכע זענען בכלל נישט אין איינקלאנג מיט'ן חסיד'ישן כאראקטער פונעם מוסד, און זיי זאגן צו פאר די עלטערן אז דאס וועט בכלל נישט שאטן פאר'ן מוסד.


אויף דעם ארויף האט דער ראש ישיבה ארויסגעטראטן מיט שארפע דברי מחאה קעגן די הנהלה פונעם מוסד, וועלכע האבן בעד בצע כסף פארקויפט די טייערע תינוקות של בית רבן פאר די מדינה און זענען אריבער אונטער'ן בעלות פונעם חינוך ממלכתי וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל, וואס מיט דעם שריט האבן זיי אריינגעשטאכן א מעסער אינעם חומת החינוך הטהור, דער ראש ישיבה האט ערווענט מיט ווייטאג אז מען זעהט קלאר ווי מען דארף פון די ערשטע מינוט אויספאלגן אלע אנווייזונגען און רעגולאציעס פון די מדינה און ווער ווייסט וואס נאך די מדינה וועט פון זיי פארלאנגען, און האט ארויסגעברענגט מיט אנטריסונג אז דאס קומט נאך א לענגערע תקופה וואס די הנהלת המוסד באשטייט פון א וועד בעלי בתים וועלכע טוען וואס עס געפעלט זיי און פרעגן קיינמאל נישט אן דעת תורה ביי קיין שום ענין, און דאס איז דער חורבן וואס קומט ארויס ווען בעלי בתים האבן די דעה איבער'ן ענין פון חינוך, צולייגנדיג אז אויך די בני חו"ל וועלכע קומען וואוינען קיין ארץ ישראל דארפן זיין פולשטענדיג נכנע אונטער'ן דעת תורה פון די ארטיגע גדולי ישראל.

bottom of page