top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חנוכת הבית פאר נייעם פארגרעסערטן ביהמ"ד דחסידי לויצק אין שטאט לעיקוואד‎

מיטוואך פ' ויקהל • כ"ו אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם אנהייב וואך האט כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א באזוך בקרב חסידיו ומעריציו, די רבי שליט"א האלט זיך אויף איבערן וואך אין שטאט לעיקוואד. מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אינאיינעם מיטן חנוכת הבית פארן נייעם איבערגעבויעטן ביהמ''ד דחסידי לויצק אין שטאט וואו מען האט אין די טעג מרחיב געוועהן די גבולי הקדושה אין ארויסגעבויעט דעם ביהמ''ד לארכה ולרבחה. די רבי שליט''א האט קובע געוועהן א מזוזה אין זיך געזעצט צו א לחיים וואו מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים אין די רבי האט געזאגט תורה.


אויף שבת וועט די רבי אנקומען צום שטאט סינסעניטי אין אוהייאו אויף די איינלאדענונג פון די תושבי המקום וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס אויף דעם שבת מיטן רבי'ן שליט''א. אויף דעם שבת חיזוק וועלן קומען צו פארן פילצאליגע חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק אין ניו דזשערסי, עס וועט ווערן צוגעגרייט אש''ל מלא פאר די פילע אורחים מקרוב ומרחוק.







bottom of page