top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ איז מקבל תנחומין פון די חסידים על פטירת אחותו הרבנית מסקווירא ע"ה

דינסטאג פ' תצוה • י"א אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוטר


נעכטן מאנטאג פארמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול 'מרכז חסידי וויז'ניץ' אין בני ברק, די רבי האט משמיע געוועהן קורצע דברות קודש אין דברי הערכה נאך די פטירה פון די שוועסטער די סקווירא רעבעצין ע''ה, ארומרעדנדיג איבער איר איבערגעגעבנקייט פאר אירע עלטערן, די ישועות משה אין מחברתו הטהורה די רעבעצין, אפילו מריחוק מקום דארט אין שיכון סקווירא. די רבי האט דערמאנט דעם יאהר וואס ער האט געלערנט אלס בחור אין שיכון סקווירא וואו די סקווירא רבי אין די שוועסטער די רעבעצין האבן זיך אפגעגעבן מיט איהם ממש ווי אן אייגן קינד אין אירע געטריישאפט שטייענדיג לימין קדשו פון איר גרויסן מאן כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א אויפצושטעלן דעם שיינעם משפחה אין די סקווירא אימפעריע לשם ולתפארת, די רבי האט מסיים געוועהן מיט א תפילה די נפטרת זאל זיין א מליצה ישרה אין א גוטע בעטער פאר איר גרויסן מאן, אירע קינדער, די משפחה אין פאר גאנץ כלל ישראל.


די רבי האט צוגעגעבן אז אזוי ווי מארגן קומט פאר א חתונה פון א יתום מבני החבורה, וואו די רבי האט געזאלט זיין דער עומד מצד החתן אין באשיינען די גאנצע חתונה האט זיך אבער אנדערש אויסגעשטעלט, דעריבער האט די רבי געבעטן פון אלע חסידים יעדער זאל קומען זיך מיטפרייען ביי די שמחה - איש בל יעדר. מענין לענין שלא באותו ענין האט די רבי דערמאנט די בחירות אין ארץ ישראל וואס שטייט שוין ביים שוועל, זאל מען זעהן צו טוהן אין אויפטוהן וואס מען קען מרבה צו זיין כבוד שמים.


דערנאך האט די רבי געזאגט די ברכה פון דיין האמת אין דערנאך געריסן קריעה כדת וכדין, די רבי האט זיך געזעצט שבעה אין עס זענען אריבער די זקני החסידים אין נכבדי העדה מנחם אבל צו זיין דעם רבי'ן שליט''א.











コメント


bottom of page