דינסטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם יו"ט פורים ביים משתה היין בחצר הקודש זוטשקא אין בני ברק איז ארויפגעברענגט געווארן על שולחן מלכים א שעפסל אלס אנדענק אין הכנה צום הקרבת קרבן פסח בקרוב בימינו, נאכדעם וואס דער בדחן ביים טיש האט דערמאנט די כיסופין אין געגועין מיט וואס אידישע קינדער קוקן אזוי לאנג ארויס צו קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח אין עיה"ק ירושלים, א גרויס התעוררות האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען מען האט געזינגען ניגוני ציפייה לגאולה, מיט בענקשאפט און האפענונג צום בנין בית המקדש, בעת ווען די רבי שליט"א האט געהאלטן דעם שעפסל אין זיינע הענט אין מיטגעזינגען די ניגוני דביקות.
Comments