דאנערשטאג פ' יתרו • כ"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון הצדיק רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א אין בית שמש איז נעכטן מיטוואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים. די רב איז דורכאויס די וואך געוועהן שטארק אפגעשוואכט אין האט נעכטן געליטן פון א לייכטע הארץ אטאקע, אנקומענדיג אין שפיטאל האט מען באלד אדורכעפירט א עמערדזשענסי פראצעדור אויפן הארץ. די רב געפונט זיך נאך אין שפיטאל, אין א ערנסטע געזונט צושטאנד.
דער ציבור איז מתפלל לרפואתו השלימה והמהירה פון מרן יהושע בן הינדא לאה בתוך שאר חולי ישראל.
Commenti