top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות באלטימאר לעבט מיט ימי אורה ביים געהויבענעם באזוך פון האד' מסקולען מאנסי

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער תושבי באלטימאר און חסידי סקולען בכלל זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די גייסטרייכע באזוך וואס כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א האט אפגעשטאט אין שטאט באלטימאר, מחזק צו זיין די ארטיגע אידנטום און מרעיף זיין טללי תחיה מיט די נאסטאלגישע סקולענע שטייגער.


דער רבי איז אנגעקומען קיין באלטימאר שוין אינמיטן וואך פון פרשת משפטים, און אפגעשטאט באזוכן ביי די רבני העיר, צווישן זיי הרה"ג ר' יעקב האפפער שליט"א יושב ראש וועד הרבנים דבאלטימאר, און הרה"ג ר' משה היינעמאן שליט"א מגדולי רבני העיר.


מיטוואך נאכמיטאג האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין די ארטיגע ישיבה אור תורה און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים.


מיטוואך אויפדערנאכט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן אין שטוב פון משפחת סאנדעלהיים, וואו עס האבן זיך באטייליגט א רייע נגידים וחשובי העיר, דאנערשטאג האט דער רבי באזוכט אין ישיבה חפץ חיים, צוערשט אין די חדר, און דערנאך אין די ישיבה, וואו דער רבי האט גאר ווארעם געוואונטשן פאר די בחורי חמד וואס האבן זיך מתנזר געווען פון די טעכנעלאגישע כלים.


דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי געווען א באזוך ביי הרב קאפלאן דער הויפט חב"ד שליח פון מערילענד, פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הרב הגאון ר' עמרם יונגרייז רב וראש כולל קהל חסידים, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די חסידישע כולל אינגעלייט, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים אינאיינעם מיט די חברי ורבני הכולל.


דאנערשטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה בבית האכסניא ביי הנגיד ר' צבי אלי' מיללער, דערנאך האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש, און געזינגען מטובי הניגונים לבית סקולען.


שבת קודש האט דער רבי געפראוועט אינעם גרויסן בית המדרש מרכז תורה ותפילה, וואס ווערט געפירט דורכ'ן רבינ'ס מחותן הגה"צ אבד"ק זידטשויב באלטימאר שליט"א, אויף שבת זענען געקומען צו פארן א גרויסע ציבור געסט פון ניו יארק חסידים ואנשי מעשה, און א ברייטע הכנסת אורחים איז געווארן צוגעשטעלט פאר אלע געסט.


מוצאי שבת איז פארגעקומען די סעודת מלוה מלכה אין שטוב פון ר' מרדכי לעבאוויטש, דורכאויס די וואך האט דער רבי באזוכט בבתי נגידים ושועים אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים פארן רבינ'ס צדקה קאסע, אזוי אויך האט דער רבי אפגעשטאט באזוכן און אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה אין א רייע ישיבות ומוסדות התורה, ישיבה כוכבי יצחק, חדר קהל חסידים, ישיבה כתר תורה, און נאך.


היינט דאנערשטאג האט דער רבי באזוכט ביי הגאון ר' אהרן פעלדמאן ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר, אויך איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום אין שטוב פונעם רבינ'ס מחותן הרה"צ מזידטשויב, און יעצט ביינאכט קערט זיך דער רבי צוריק למעון קדשו אין מאנסי.



























Hozzászólások


bottom of page