top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים • הרבנית מסקווירא אפגעפירט אין שפיטאל אנגעוויזן אויף רחמי שמים

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


בקשו רחמים


די נאכט איז אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות ביי הרבנית הצדיקת מסקווירא, אשת חבר כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, די רעבעצען איז ליידער זייער אפגעשוואכט אין די לעצטע פאר טעג נאכן ליידן פון א שווערע אינפעקציע ה"י, אין צוגאב טוען די נירן נישט געהעריג פונקציאנירן, אויפן ראט פון די דאקטוירים איז די רעבעצען אריינגעפירט געווארן צו די מאונט סיני שפיטאל אויף ווייטערדיגע באהאנדולנגען, צו טרעפן א לעזונג דערצו ווי אמשנעלסטן.


היינט איז דער 'בית דין צדק' דשיכון סקווירא ארויס מיט א רוף פאר חסידי סקווירא די בר אתר ואתר מתפלל צו זיין לרפואתה השלימה פון די רעבעצען וואס איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים, היינט צופרי נאך שחרית וועט מען אין אלע סקווירא בתי מדרשים זאגן אכצן קאפיטלעך תהילים לרפואת הרבנית מרת חיה חנה בת לאה אסתר.



Comments


bottom of page