מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק אין א.מ.ש.
מיט התרגשות'דיגע געפילן האבן טויזנטער בעלזער חסידים דעם יו"ט פורים מיטגעלעבט געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש בצל הקודש פון כ''ק אדמו"ר מבעלזא שליט''א ווען עס האט זיך ארויסגעשריגן דעם חסדי ה' כי לא תמנו אז מען קען ב''ה מיטהאלטן דעם יום טוב פורים בצילא דמהימניתא שטייענדיג א גאנץ קיילעכיג יאהר זינט די מצב הבריאות פונעם רב שליט''א איז ליידער געגאנגען מטה מטה, זיך דעראמענענדיג יענעם שווערע תקופה, און מיט א תפילה אויף ווייטער למען חיזוק כוחותיו ובריאותו השלימה.
א ספעציעלע התרגשות האט געהערשט ווען די רב שליט"א האט בליל פורים אליינס געליינט די מגילה מרישא ועד גמירא, ונשמע קולו בבואו אל הקודש. נאכן מגילה ליינען איז מען דורך וואונטשן א גוט פורים, אין דערנאך האט זיך די רב שליט"א געוואשן צום סעודת ליל פורים בביתו נאווה קודש מיט די בני משפחת המלוכה.
צופרי איז הרה''צ רבי אהרן מרדכי צוגעגאגנגען צום עמוד צו שחרית, די רב שליט"א האט געדינט אלס בעל קורא ביים ליינען און דערנאך געזאגט די ברכות פון קריאת המגילה און געליינט די ערשטע פסוקים, דערנאך האט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט''א איבערגענימען און געליינט די מגילה, ביים ענדע האט די רב ווידער געליינט די לעצטע פרק ביז סוף מגילה.
נאכן דאווענען האט די רב מקיים געווען די מצוות היום פון מתנות לאביונים אין מפריש געוועהן א סכום הגון לצדקה פאר קופת 'אהבת חסד' דחסידי בעלזא, און אויפגענימען משלוח מנות פון די שליחים פון פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים.
נאכמיטאג האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צום סעודה בביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט די בני משפחת המלוכה און מקורבים מבאי ביתו וועלכע האבן משמח געווען לכבוד היום, פארנאכטס איז דער רב ערשינען אינעם גרויסן שטוב צום עריכת השולחן הטהור און משתה היין לכבוד היום.
כנהוג האט דער פורים רב בדחנא דמלכא הרה''ג רבי יהושע פינק שליט"א דומ''ץ בעלזא בני ברק משמח געוועהן מיט דברי בדחנות, אויפן פארלאנג פונעם רבי'ן שליט''א האט די פורים רב היי יאהר ארומגערעט איבער דער ענין פון חסידות, אין אז חסידות מיינט נישט בארעדן אנדערע נאר זיך אליין פארבעסערן אין תורה און יראת שמים, אין נישט אפלאכן אדער בארעדן אנדערע גדולי ישראל, ער האט מיט מילי דבדיחותא ארויסגעברעגנט פארשידענע קולות וואס האט זיך אריינגעכאפט היינטיגע צייטן - אלס מיטן שלייער פון 'דרך החסידות', אין מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב דער רב שליט"א זאל קענען ווייטער פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות בבריאות השלימות.
נאכן בענטשן און מעריב האט זיך די רב אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגער ריקוד וואס האט ווי עלעקטריזירט די טויזנטער חסידים וועלכע האבן אויסגעברכאן אין ריקודין נלהבין אין האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט.
Comments