top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדע מעמד 'כוללות קוויטל' פאר טויזנטער ילדי תשב"ר חסידי בעלזא צום נייעם יאהר הבעל''ט

פרייטאג פ' כי תבוא • י"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק און א.מ.ש.

 

א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט דעם מיטוואך אויפדערנאכט אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווען די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א לקראת דעם נייעם יאהר הבעל''ט להיפקד בדבר ישועה ורחמים. 


אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן די טויזנטער קינדער איבערגעפילט דעם גרויסן שטוב, אריינגערעכנט די תלמודי תורה פון ירושלים, בני ברק, אשדוד, תל אביב, בית שמש, נוף הגליל, קרית גת אין חיפה. מריחוק מקום האבן מיטגעהאלטן דורך א הוקאפ די תלמידי התלמוד תורה פון אויסלאנד: ניו יארק, קאנאדע, לאנדאן מאנטשעסטער אין אנטווערפען, ווי מען האט אינאיינעם מיטגעזינגען די ווארימע ניגונים און געהערט דרשות פון די חשובי המחנכים מיט פאסיגע דברי הכנה צו דעם מעמד נשגב.


דאן איז געקומען דעם מאמענט ווען די רב שליט''א איז ערשינען צום מעמד מיטן ספאדיק ווען די טויזנטער קינדער בליעה''ר האבן מקבל געווען את פני הקודש מיט די ניגון 'כי אורך ימים' און דערנאך אנגעהויבן עטליכע ניגוני ימים נוראים וואס ווערט געזינגען ראש השנה אינעם בעלזער הויף באגלייט בכלי זמר ושיר, בעת די רב שליט"א איז איינגעהילט אין א דביקות, און געלאזט טרערן פון התרגשות, בשעת די ניגונים האט די רב שליט"א געליינט די קוויטלעך מיט די נעמען פון אלע קינדער להזכירם לטובה לקראת ימי הרחמים והרצון.


אין א זעלטענעם ערשיינונג איז די רב שליט"א נעתר געווארן לבקשתם פון די מנהלי המוסדות און געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די טויזנטער ילדי החמד תינוקות של בית רבן, אלס שליח ציבור איז צוגעגאנען הרה"ג ר' שלום מאסקאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א וועלעכע דינט אלס מנהל רוחני אין תלמוד תורה בעלזא אין רובע ז' -אשדוד. נאך מעריב האבן די צאן קדשים מיט א יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים און ברכת הקודש וואס די רב שליט''א האט משמיע געוועהן אריינבלאזנדיג א קוואל פון חיזוק פאר די טייערע תלמידים, לעלות בסולם העולה בית קל זייענדיג מאציל בברכותיו הטהורות פאר אלע קינדער אין זייערע מלמדים.


דערנאך האט די רב איבערגעגעבן געבענטשטע האניג פאר הרב ישראל שטיינער מזכיר וועד משמרת החינוך דחסידי בעלזא, און דאן זענען די מנהלים, מלמדים און כלי קודש דורך זיך וואונטשן אל מול פני הקודש, צום שלוס האט מען אנגעהויבן דורכגיין יעדער תלמוד תורה באזונדער, זיך וואונטשן א גוט געבענטשט יאהר, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע. 






























Comentários


bottom of page