top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

משמח אלוקים ואנשים האדמו''ר מלאשאנץ אין א באגעגעניש מיט האד' מדינוב ביים חתונה די וואך בבית סטריזוב וואו דער רבי האט משמח געוועהן בדברי צחות, לכבוד שמחת חתן.

אויפן פראנט אין גוואטמאלא: הגאון הגדול ר' חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען מלובש מיט טלית ותפילין, ווערט געזעהן די עסקנים הרב יהושע העשיל בלום בן הגה"צ אבד"ק תולדות רפאל קאשוי, העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין הי"ו, און ר' פנחס שפיץ הי"ו.

הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ ביים אבות ובנים מיט בנו היניק ני"ו דעם פארלאפענעם מוצש"ק אין לעיקוואד וואו ער איז געוועהן צוגאסט אויף שבת.

ויהי ידם אמונה: די צוויי מלהיבי לבבות ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א מיט הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אין א מאמענט פון דביקות של שמחה פאריגן מוצש"ק ביים פארשפיל אין ירושלים צו די חתונה במעון ר' אלימלך.

אינעם מנין שחרית פון האד' מסאטמאר (מהר"א) במקום הנופש אין פאלם ספרינג קאליפארניע האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די מתפללים, הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר (מהרי"י).

די וואך ביים שמחת החאלאקע אין אתרא קדישא מירון פון אן אייניקל פון הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, האט 'קרישקעס' באמערקט דעם רב שליט"א ביים ארויספארן צום ציון אינאיינעם מיט נכדו היניק אין זיין אייגנאטיגע גאלף קאר.

שיינעם יקוד דוך די משמשים בקודש ונאמני ביתו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים שמחת החתונה די וואך פונעם הויז בחור החתן יצחק מיכאל ענגלאנדער ני"ו.

ביים רבישע חתונה די וואך בחצה"ק צאנז זוועהיל וואס איז פארגעקומען אין לעיקוואד, האט 'קרישקעס' אויפגעמערקט אן אינטערסאנטע סצענע וואו האד' מצאנז קלויזענבורג טוט באטראכטן דעם קידושין רינגל בעפארן ארויסגיין צו די חופה.

די צוויי פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' משה גולדשטיין און ר' אברהם אבא אייזנבאך ביי די לעצטע אראנזשירונגען צום גרויסן שמחת החתונה די וואך בבית צאנז - לעלוב.

הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו בכורו פונעם ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א באזוכט ביי מרן הגאון ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע מיטן נייעם ספר "נמלכין בסנהדרין" פון זיין פאטער דער ראש הישיבה - אויף מסכת סנהדרין.

האד' מדזיקוב מעליץ באזוכט אין גוטאמאלא וואו דער רבי האט געשתדלט למען הצלת ילדי לב טהור.

די וואך אינעם קענעדי לופטפעלד האט 'קרישקעס' באמערקט האדמו"ר מסקולען ירושלים מיט המשפיע ר' יצחק משה ארלנגר ביים דאווענען תפילת מנחה, איידערן אהיימפארן קיין ארה"ק.

ביים גרויסן חתונה בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג האט 'קרישקעס' באמערקט די באקאנטער קאנסטראקשן פאטאגראפירער ר' אבי סורקיס הי"ו ביים דורכגיין מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן בעת שמחתו.

האחים המשפיעים ר' אלימלך און ר' נחמן בידערמאן מלעלוב ביי שמחת חתן אויפן לעלובער שטייגער, ביים חתונה הגדולה די וואך אין קרית צאנז נתני'.

די בריוו וואס רבני וראשי ק"ק סאטמאר אין ירושלים עיה"ק האבן אפגעשריבן צו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א קיין אמעריקא, איהם איינצולאדענען לשכון כבוד בתוככי הקהלה אויף די קומענדיגע חודש אדר אריינגערעכנט "פורים המשולש", נאך א לענגערע צייט אפשניט וואס דער רב שליט"א האט נישט געקענט אהינפארן צוליב די אומשטענדן אין ארץ ישראל.

אב מעיד על בנו: ביים גרויסן חתונה די וואך אין קרית צאנז נתני' האט 'קרישקעס' אויפגעכאפט א גוט בילד וואו דער מחותן המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן הייבט בנו החתן טפח מעל הקרקע. און דאס זעלבדע שפעטער בשעת די ריקודין ווען דער מחותן אבד"ק קרית צאנז טבריה האט געהויבן דעם חתן אין די לופטן.

דער וויכוח פונעם משפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מיטן פוסק הדור הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א, ערב די חתונה הגדולה די וואך.

האד' מפאשקאן אין א ריקוד מיטם חתן ביים וויזניצער חתונה די וואך אין בני ברק.

האד' מסאטמאר באגריסט די לעיקוואדער ראש ישיבה הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ביים אסיפת רבנים במעונו פון האד' ממונקאש.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים ביים מיטהאלטן די חומש רש"י שיעור פון הגה"צ גאב"ד מאקאווא די וואך אין וויליאמסבורג.

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביים מסיבת לחיים מיט גאב"ד מאקאווא נאכן דאווענען שחרית אינעם רב'ס מנין וותיקין בבית האכסניא אין מאנסי.

האד' מסטריקוב באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א דן צו זיין איבער די אויפוואכונג, וואס דער רבי שליט"א האט געברענגט אין די טעכנעלאגיע געשעפטן אין בני ברק צו נעמען א השגחה כהוראת גדולי ומאורי ישראל.

אחים אנחנו: א שיינע ברידערליכע ריקוד ביים גרויסן חתונה די וואך בבית צאנז - לעלוב, ווען אלע פיר זין פונעם צאנזער רבי שליט"א האבן פארגעטאנצן הין-און-צוריק אויף די פלאטפארמע קעגן דעם רבי'ן

המשפיע הגה"צ ר' יצחק משה ארלנגר שליט"א ביים זאגן פרשת המן ביום המסוגל ג' בשלח אינעם היסטארישן חומש פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע בעת זיין באזוך די וואך אין ניו יארק.

די ברודער הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער אבד"ק פשעווארסק לאנדאן און הגה"צ ר' שמעלקא לייזער בני האד' מפשעווארסק ביי א משפחה שמחה די וואך אין ארץ ישראל.

ערליכע אידן תושבי לאנדאן ביים אונטערשרייבו א פעטיציע קעגן די שרעקליכע גזירת הישיבות וואס שוועבט אויף די לאנדאנער אידנטום.

נאך פון די פייערדיגע ריקודין די וואך ביים חתונה בבית המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א.

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען ביים אנוואונטשן א יונגל בן אחד מחסידיו נאכן שיחת התחזקות לימי השובבי"ם בבית מדרשו אין וויליאמסבורג.

הרה"צ ר' מרדכי טווערסקי בנו הגדול פון האדמו"ר מטשערנאביל אויף א באזוך די וואך במענו פונעם פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א לקראת די חתונה פון בנו החתן.

ביים ציון די וואך פונעם הייליגן 'שפת אמת' מגור זיע"א האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די פילע קוויטלעך, די הזמנה לקראת די שמחת החתונה פון הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר בן האד' מגור.

הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר בן האד' מגור איז מתפלל אינעם מערת צדיקי בית גור אויפן הר הזיתים לקראת די חתונה פון א קינד.

הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד ביים האלטן די הבדלה ביים שבת באווארפן בחצר המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.

‏תלמידי ישיבת גור אין קרית גת זענען די וואך ארויף למעונו פונעם ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, זיך פארהערן אויף הונדערטער בלעטער גמרא בעל פה אין ראם פונעם תורה רעוואלוציע 'מזומנים'.

דער היינטיגע פרנס היום אינעם כולל ערב 'תורת מרדכי' וויזניץ אין אנטווערפען נדבת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, לרגל די געבורט פון א איר אייניקל למזל טוב, בת הנולדה ביי נכדו הרב אלעזר טווערסקי מחשובי לומדי הכולל.

בזכות שלושת עשרה מידותיך: הרה"צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב איז מעתיר בתפילה ביים ציון הק' פון זקינו הרה" ר' דוד מלעלוב זי"ע אין שטאט לעלוב - פולין.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא איז מתפלל ביים קבר רחל אמנו אין די שטילע נאכט שטונדן ביום המסוגל ערב ראש חודש.

האדמו"ר מסערט ויז'ניץ ביים בשמחת הבר המצוה די וואך פון א זוהן פונעם בעל מנגן ר' משה רוזנבערג הי"ו פון די משוררים בחצר הקודש.

האד' מפינסק קארלין דינט אלס שליח ציבור שטייענדיג אינעם כהנים שטיבל ביים ציון הק' אין קערעסטיר ביים מסע המרומם מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

נייע ניגון 'וזאת התורה' ערשיינט לכבוד היסטארישע חגיגת הכנסת ספר תורה דורך עדת חסידי סאדיגורא די קומענדיגע מוצאי שבת.

דער בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער איז מהנה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ביי א משפחה שמחה די וואך מיט ר' יום-טוב עהרליך'ס א ניגון.

א גראפע גערער חסידים אינעם אלטן נאסטאלגישן ביהמ"ד אין שטאט גור - פולין, ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל שפת אמת מגור זי"ע זייענדיג עוסק בספרו הק' שפת אמת על התורה.

האד' מוויזניץ איז מתפלל ביים ציון הק' פונעם באבא סאלי זצוק"ל אין שטאט נתיבות אין די טעג ארום די יארצייט.

די גרויסער שאטער פארנט פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול מאור ישראל סקולען אין וויליאמסבורג לרגל די שמחת בחצר סקולען פון וויליאמסבורג אויפגעשטעלט דורך די בארימטע רענטעסטיק פירמע.

הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן אב"ד מגדל העמק איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון הרה"ק ר' ישעילע קערעסטירער זי"ע.

ביים ספעציעלן ישיבה סאמיט אין סטעטן איילענד, וואס ווערט ארגאנעזירט דורך אגודת ישראל פאר מוסדות התורה פון ניו יארק, האט די 'רענטעסטיק' פארטי רענטל פירמע מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט אלע בודקעס און טישן ארום דעם זאל.


Comments


bottom of page