מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: שוקי לרר
פילע הונדערטער חסידי ואוהדי קרעטשניף סיגעט האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די גרויסע שמחה אינעם רבינ'ס הויף, די חתונה פון החתן א זון פון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און אייניקל פון הגה"צ ר' מאיר שנעעבאלג שליט"א אב"ד האניפאלי, מיט די כלה א איר אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אייניקל פון זיין זון הרה"צ רבי שמעלקא לייזער שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' שמעון שלמה לייזער, די שמחה איז פארגעקומען אין די הכרמים זאל אין שטאט בית שמש וואו הונדערטער חסידים פון נאנט און ווייט האבן מיטגעהאלטן די שמחה בבית צדיקים, בקול רינה וצהלה.
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים, נאכן זינגען ניגוני דבקות האט מען געהערט פאסיגע חרוזים בגודל השעה. בעפארן ארויסגיין צום באדעקן האט דער רבי אנגעטוהן די מלבושים און אנגעוונטשן דעם חתן. ביים מעמד החופה ברחובה של עיר איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע די רבי שליט"א, קריאת הכתובה הרה"ג ר' נפתלי פנחס ענגלענדער דומ"ץ פשעווארסק לאנדאן. ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ אב"ד האניפאלי שליט"א, און ברכה אחריתא די זיידע הרה"צ רבי שמעלקא לייזער שליט"א, נאכן מעמד החופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי ברכה לכל העם הנאספים, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד די שמחה לקול תרועת הזמר.
אינעם זאל איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודות מצוה, און נאך א קורצע הספקה איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ברייטן ציבור, דאן איז דער חתן ערשינען אין צענטער פון זאל, וואו מען האט ממשיך געווען אין געהויבענע און פרייליכע ריקודין, באזונדער ווען די געהויבענע זיידע האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א איז געטאנצן מיט די חתן מיט גרויס התלהבות.
במשך די שמחה האבן זיך אנגעזען מערערע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, האדמורי"ם לבית קרעטשניף: די פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, האדמורי"ם מקרעטשניף מאנסי, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, טשערנוביץ, מיאלען, ווי אויך האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פון האדמורי"ם מקהל חסידי ירושלים, דינוב ביתר, בערגסאז בית שמש, קעכעניא, הגאון רבי יחזקאל בינג אב"ד דברי שלום, הגאון רבי שלמה מינצבערג רב דקהל תפארת ירושלים, די פעטער הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א און נאך פילע רבנים ודיינים.
כחצות הלילה בעת נעילת שער האט בדחנא דמלכא ר' מענדל פרידמאן הי"ו פון קרית יואל אויפגערופן דעם גרויסן זיידן די קרעטשניפער רבי צום מצווה טאנץ וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט'ן זינגען בצוותא חדא ניגוני התעוררות כנהוג מקדמת דנא, דערנאך האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים, געוואונטשן ברכות, און דאן געטאנצן בלבת אש קודש בעוז ותעצומות לקול מצהלות החסידים. דערנאך האט מען אויפגערופן די אנדערע זיידעס און מחותנים, נאכגעפאלגט מיט די מצוה טאנץ פונעם חתן לפני הכלה ווען עס איז שוין געוועהן דריי אזייגער אויפדערנאכט.
Bình luận