זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו! דעם דאנערשטאג (אחרי) האבן די בחורי חמד דק"ק סאטמאר מאנסי געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א אויסטערלישע געהויבענע טאג בביתו נאוה קודש פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע אויף 500 בעדפארד עוו. אין וויליאמסבורג.
ארויסצוצייגן די ריכטיגע אות הוקרה פאר די בחורי חמד וועלכע האבן אין די פארגאנגענע ימי בין הזמנים העעל"ט אויסגענוצט די פרייע זמנים און דאס מקדיש געווען לה' ותורתו מיט'ן קומען מיטהאלטן די טעגליכע סדר הלימוד והתפלות אינערהאלב די כולל בין הזמנים, האבן די געטרייע הנהלה פון מפעל מבחר החיים איבערראשט די בחורי חמד מיט'ן א הערשטעלן די גאר הייליגע נסיעה "ביים רבי'ן אין שטוב" בראשות כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
אין די צופרי שעות נאך אווארימע מקוה זענען די פלאטע פון באסעס א רויסגעפארן פארנט פון גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג, אנקומענדיג לביתו נאוה קודש איז מען מיט א הייליגע ציטער אריינגעקומען בקודש פנימה, ווי צוערשט האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש הכנה לתפלה ארויסברענגענדיג די גודל קדושת המקום און די גרויסקייט פון דאס וואס מ'וועט האבן די זכי' צו ליינען ביי קריאת התורה די פרשה פון די עבודת כהן גדול ביום הכיפורים אין די ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע.
דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען א פלאמעדיגע תפלת שחרית, בעפאר קריאת התורה האט דער בעל אכסניא ומזכה את הרבים הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו געברענגט פאר'ן רב שליט"א די "קאפל" פון הייליגן צאנזער רב זי"ע וועלכע ליגט בבית גנזיו, ברגשי קודש האט דער רב שליט"א אנגעטון די הייליגע קאפל און דאן געגאנגען פתיחה.
מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות האט דער רב שליט"א פארגעליינט די קריאה פון די פרשת השבוע וועלכע איז די עבודת כהן גדול ביום הכיפורים אין די הייליגע ספר תורה, מען האט צוויי מאל איבערגעליינט די קריאה אין די הייליגע ספר תורה, בעפאר'ן דאווענען איז פארגעקומען ספעציעלע גורלות וועלכע בחורים וועלן האבן די זכי' עולה צו זיין אין די הייליגע ספר תורה און די כיבודים פון הגבה און גלילה. נאכ'ן דאווענען האט מען זיך געזעצט צו א דערהויבענע מעמד לחיים רבתי, ווי עס איז געזינגען געווארן פאסיגע דערהויבענע ניגונים מבית מדרשו של רבי, דאן האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש פון זיינע לעכטיגע זכרונות אויף דעם הייליגן מקום בצלו חמדתי וישבתי, באזונדער האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער די זכי' צו ליינען אינעם צאנזער רב'ס ספר תורה ערב ההילולא קדישא.
עס האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א מנה"ר בישיבה גדולה סאטמאר וועלכע האט פארציילט מעשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין אט דעם הייליגן מקום ווי אידן זענען ארויס פון דא געהאלפענע האבנדיג זיך אויסגעבעטן און אויס'געפול'ט אלעס גוט'ס, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אהרן שמואל מייזליש שליט"א מראשי החבורות וועלכע האט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די הערליכע חבורה און די שטארקע וויכטיגקייט זיך צו האלטן אינאיינעם ובפרט ווען מ'וואוינט אין אזא געמישטע שטאט ווי מאנסי.
Comments