מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אלפי חסידי באבוב האבן ווי יעדעס יאהר מיטגעלעבט א געהויבענעם יו"ט פורים בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א.
ביום הפורים נאכן דאווענען האט די רב שליט''א מעריך געווען א שולחן לחיים בהיכל השולחנות און טועם געווען נאנט און המן טאשן און פארטיילט פורים געלט פאר אלע בחורים, אין לויף פונעם טאג איז געווען זמנים מיוחדים אריינצוגיין אל הקודש פנימה בהאי יומא רבה.
ביים טרינק סעודה זענען פילע אידן המצפים לישועה ארויף אויפן טיש טאנצן, אויך זענען דורך פילע אנשים חשובים און נדיבים בעם, עס האבן אויפגעטראטן מיט גראמען ביים טיש די פורים רב הרב שלום קעסלער, הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער און הרב איטשע פיהרער. דאס יאהר האט די רב ווידער פאררייכערט א פיאקע ציבעך ביים טרינק סעודה כמנהג אבותיו הק'.
צווישן די ריקודין איז די רב ארויס אין א טאנץ מיט הטפסר המרומם הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלאנדער, בשעת די ריקודין האט די רבי אפגעשטעלט די מוזיק אין אויסגערופן אז ר' ישראל'ס זכות איז דאס אז ער שטיצט און איז מוקיר תורה וחינוך - היוצא מזה אז די אינגעלייט לומדי תורה זענען אסאך חשובער...
בצאת היום איז די רב שליט"א אריינגעקומען צום געהויבענעם משתה היין, וואו עס איז פארגעקומען די פורים שפיל כנהוג, ביי וועלכע עס איז אראפגעברעגנט געווען די היינטיגע מאדעס און טעכנאלאגישע כלים, די רב האט זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן וואס האט מיטגעשלעפט די פיל קעפיגער ציבור, די טיש האט זיך פארענדיגט באשמורת הבוקר ווען הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער האט פארגעזינען אודה לקל.
שושן פורים אינדערפרי נאך שחרית איז די רב שליט"א אנגעקומען כמידי שנה בשנה צום היכל המתיבתא וואו מען האט מקיים געוועהן דעם מנהג רימפלען, די רב האט געטרינקען וויין אין א בעכער פון הרה"ק ר' מאיר מפרימישלאן זי"ע וואס איז געברענגט געווארן דורך איינער פון די חסידים, דערנאך האט האברך הרב בן ציון אשר לנדא אויפגעטראטן מיט דברי חרוזים, אין די רב האט מפריש געוועהן א סכום הגון לצדקה פאר עניי ארץ הקודש, און געבעטן דעם גאנצן ציבור זיך משתתף צו זיין פאר דעם חשובן צוועק. עס איז אויסגעלייגט געווארן אויפן טיש פילע גלעזלעך מיט די נעמען פון בחורים וואס דארפן חתנים ווערן, די רב האט זיך ארויסגעלזאט און פייערדיגע ריקודין און דערביי צובראכן אלע גלעזלעך און כסדר געהויבען דעם ציבור מיט ריקודי קודש.
פארנאכטס ביים שושן פורים טיש האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים חשובים חשובים, די רב שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערידיגע ריקודין של שמחה לכבוד היום און געהייסן אלע חסידים אורחים פון ארץ ישראל צו טאנצן אין צענטער פון ביהמ"ד.
Comments