מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין ליכט פון די ארגומענטן וואס וועלן היינט פארקומען אין די ניו יארק אפעלאט בנוגע דעם גזירת החינוך אין ניו יארק אפצושלאגן די אנקלאגע פון די שונאי ישראל האט מען בפּקודת הקודש פון כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר שליט״א מהרי"י איינגעמאלדן אלע תלמידים פון די חדרים פון איבער גרעיטאר ניו יארק זיך איינצוזאמלען להתחנן ולבקש מלפניו להעביר את רוע הגזירה, מיט די כח התפלה פון תינוקות של בית רבן.
די ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג איז געווארן ספעציעל איינגערישט צו אקאמאדירן די אלפי תינוקות של בית רבן פון וויליאמסבורג אין בארא פארק וואס וועלן קומען אינאיינעם צו זאגן תהילים און אבינו מלכינו, אזוי אויך צו הערן דברות קודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבער די חוב צו איינרייסן בתפלה צו ראטעווען דעם חינוך הטהור.
די טויזנטער קינדערלעך פון די סאטמערע מסודות אין קרית יואל און אין קרית יטב לב בלומינגבערג וועלן זיך ע"פ פקודת הקודש צוזאמקומען באותו זמן פון די מעמד תפלה אין וויליאמסבורג צו די ציון המצויינת פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, ווי די תינוקות של בית רבן וועלן באותו מקום קדוש מתפלל זיין לבטל את רוע הגזירה, אז מ׳זאל קענען זיך פירן הייליג און ערליך עד סוף כל הדורות.
אין מאנסי וועט מען צאמנעמען די קינדערלעך אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א וועט אפרעכטן די מעמד צו מתפלל זיין אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידים פון די מוסדות אין מאנסי.
די עסקנים קוקן ארויס אויף די טאג, שווערע הונדערטער טויזענטער דאללארן זענען אריינגעגאסן געווארן זיך אנצוגרייטן פאר די ארגומענטן, אפצושלאגן די אפיעל פון די שונאי היהדות אנטקעגן די געוואונס פון די מוסדות הק' אין די נידריגע געריכט, שטייענדיג אין חודש אדר אשר נהפך לנו לששון ולשמחה און מיט די תפילות פון די צענדליגע טויזענטער תינוקות של בית רבן ומלכם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בראשם איז צום האפן אז די שונאים זאלן האבן א מפלה.
Comments