top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד שליסט מקח אויף פרישע בנין אלס אכסניא של תורה פאר ישיבה

דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א איבערראשנדע שריט פון הרחבת גבולי הקדושה, האט די הנהלה פון ישיבה בית מדרש גבוה אין לעיקוואד אין די יעצטיגע טעג געשלאסן מקח אפצוקויפן א פרישע בנין, א נייע רינגעלע אין די קייט פון בנינים של תורה, אלס נאך א אכסניא פאר די תלמידי הישיבה און די חשובע לומדים, נאכפאלגענדיג די מאסיווע בליה און וואוקס פון די צאל לומדי הישיבה, וואס האלט שוין אריבער די ניין טויזענט ציפער.


די רעדע איז פון די "אברכים מנין" געביידע, וואס איז סטאנציאנירט ביים ווינקל פון די צענטע סטריט און קליפטאן עוועניו, הארט אקעגן איבער די עקזיסטירנדע בנין "בית אהרן" פון בית מדרש גבוה, און די גרויסע אירווינגטאן דארמיטארי געביידע פון די ישיבה.


די דאזיגע דערגרייכונג קומט א קורצע תקופה נאך מערערע פארברייטערונגען אינערהאלב די בארימטע ישיבה קאמפלעקס, די נייע וואודלעיק געביידע וואס איז נארוואס באנייעט געווארן מיט פרישע זיבן הונדערט זיץ פלעצער, די נייע דזשורדזשיע יוניווערסיטי געביידע וואו מען וועט אויפבויען פרישע בתי מדרשים און הונדערטער דירות, און די נייע דארמיטארי געביידע וואס ווערט אהערגעשטעלט מיט נאך הונדערטער בעטן פאר די תלמידי הישיבה.


די נייע בנין איז שוין אין בוי ארבעט פאר לאנגע יארן דורך די אברכים מנין, וועלכע דאווענען דערווייל אין די בניני הישיבה, אצינד האט די הנהלת הישיבה אפגעקויפט דעם בנין, און וועט עס פארענדיגן לשם ולתפארת כראוי וכיאות לכבוד בית השם. די נייע היכל בית המדרש וועט ארייננעמען פרישע פיר הונדערט אינגעלייט לומדי הישיבה, אינערהאלב די הלכה חבורות וואס איז הויפטקוואטירט אין די ישיבה בנין בית אהרן הארט אקעגן איבער.



Comments


bottom of page